יואל לעבאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
קיין פריי בילד

יואל לעבאוויטש איז א באקאנטע קאמיקער, אקטיאר, זינגער, מאדעל, אין ניו יארק. ער איז דער אינגסטער קינד פונעם ניקאלשבורגער רבי'ן (פון זיין ערשטער רעבעצין).

לעבאוויטש איז א אינגערמאן וואס גייט ארום משמח זיין מיט זיין ספעציעלן הומאר און מיט זינגען אלטע ײדישע לידער ביי שמחות און פארשידענע געלעגנהייטן. אויך פארט ער ארום צו צובראכענע אידן און קינדער.

לעבאוויטש קען מען הערן אױפטרעטן אויף דער בינע מיט די גרעסטע חסידישע מוזיקאלישע אין הומאריסטישע שטערן'עס, צװישען אנדערע מיטען "יארמער רב" יעקב מילער, ליפא שמעלצער, מרדכי בן דוד, אברהם פריד אין נאך.

ער איז אויפגעצויגן געווארן אין וויליאמסבורג אין סאטמאר אלע זיינע יארן, און זיך אריבערגעצויגן קיין מאנסי נאך דער חתונה.

לעבאוויטש ווערט גערעכנט צווישן דעם .ch.a.g גרופע, וואס איז געווידמעט אלץ א גרופע פון 'היימישע אקטיארן פארבאנד' צו פארשטערקערן דעם אחדות אינעם כח השמחה אינעם היימישן יודנטום.

זיין בילד איז ערשינען אויפן הויפּט בלאַט פון דער יידישער אויסגאבע ״דער בליק״ ווי אויך אין דער צײטונג המודיע און ידיעות אחרונות מיט אַ פולן אַרטיקל איבער זײנע װערק.

קאסעטעס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לעבאוויטש האט שוין ארויסגעגעבן צוויי קאסעטעס אויפן סטיל פון הומאר, איינע - מיין געלע באס, די צווייטע - בונדאש, וואס איז צעכאפט געווארן צווישן דעם דארשטיגן ציבור אויפן נאטורליכע הומאר און קאמעדיע.

אויף דער צווייטער קאסעטע האט ער צוגענומען זיינע פריינד פון הומאר און קאמעדיע, מנשה לוסטיג און וועלוול גאלדשטיין (דער "כאצאצקע רבי"), וואס זענען היינט אין דער חרדישער וועלט באקאנטע פיגורן אינעם באנייעטן הומאר, אויפן היימישן שטייגער.

אידישע שפילן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לעבאוויטש האט געשפילט שמש הקהל און בעל קורא אויף דער אידישע שפילן המלאך הגואל וואס דיירעקטירט געווארן דורך לעבאוויטש'ס בריודער.

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]