יהושע מרדכי ליפשיץ

פֿון װיקיפּעדיע
יהושע מרדכי ליפשיץ
געבורט 1829
בערדיטשעוו, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 2 אויגוסט 1878 (אלט 49 בערך)
בערדיטשעוו, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

יהושע מרדכי ליפשיץ (ה'תקפ"ט? - ג' אב ה'תרל"ח) איז געווען א אידישער לינגוויסט און שרייבער אין אוקראינע. ער איז געבוירן געווארן אין בערדיטשעוו און איז אויך געשטארבן דארט. ליפשיץ איז געווען דער ערשטער יידישיסט, האט ארכעסטרירט די ארויסגעבונג פון דער ערשטער מאדערנער יידישער צייטונג "קול מבשר", פון אלעקסאנדער צעדערבוים, אין תרכ"ג און האט אויך באאיינפלוסט מענדעלע מוכר ספרים צו שרייבן אין דער שפראך. ער האט גענאנט יידיש "אונזער מוטערשפראך" און האט פארפאסט די ערשטער יידישע ווערטערביכער, אויף דייטש און רוסיש, אין תרכ"ז און תרכ"ט.