יונתן שטייף

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יהונתן שטייף)
יונתן שטייף
קיין פריי בילד
געבורט 1877 רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 1958 (אלט 81 בערך) רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
אַמט הויפט רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

הרב יונתן שטייף (ה'תרל"ז - ט' אלול, ה'תשי"ח) איז געווען א דיין אין בודאפעשט, אונגארן פאר דעם צווייטן וועלט קריג און א וועלט-בארימטער פוסק.

הרב משה פיינשטיין האט אים גערופן דער „גדול הדור".

משפחה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט חתונה געהאט מיט בלומא פישל. זיי האבן געהאט צוויי קינדער, א זון צבי יהודה און א טאכטער אסתר. און זיי האבן זיך משדך געווען צוויי מאל מיט דעם זעם זעלבן מענטש, הר"ר אהרן בלייער.

צבי יהודה איז אומגעקומען אין דעם חורבן אייראפע מיט זיין זון אהרן ווען זיי האבן געפרוווט צו אנטלויפן פון די נאציס ימ"ש. זיין ווייב חי' בריינדל מיט נאך צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט הרב יונתן.

זיין טאכטער אסתר האט חתונה געהאט מיט אהרן בלייער, וואס האט דערלעבט די מלחמה אין א קאצעט. אסתר אליין און אירע צוויי זין זענען ניצול געווארן מיט איר פאטער. אין יאר ה'תש"י איז געבוירן צו אהרן און אסתר נאך א זון.

זיין יוגנט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געבוירן אין דער שטאט קולטא.

אין ישיבה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער האט געלערנט אין פרעשבורג ביי הרה"ג ר' שמחה בונם סופר זצ"ל (בעל שבט סופר), א זון פון כתב סופר, און ער האט געהערט דארטן די שיעורים פון דעם דיין אין שטאט וואס איז אויך געווען א ראש ישיבה הר"ר דוד לאקענבאך-ניימאן, וואס ער האט זיך געהאלטן פון איהם אלס א תלמיד מובהק, דאס איז געווען בערך אין די יארן תרנ"ב-נ"ד

אונגוואר[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין יאר תרע"ב און א זונטאג ט"ז טבת איז ער ערוויילט געווארן אלס דיין אין אונגוואר ווי ער האט געדינט ביז.

בודאפעשט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין בודאפעשט איז ער געווען דיין צוזאמען מיט הרב ישראל וועלטש. דער ראב"ד איז געווען הרב אפרים פישל זוסמאן סופר. (דער לעצטער בודאפעשטער רב איז געווען הרב קאפל רייך, וואס איז נפטר געווארן ה'תרפ"ט.)

צווייטע וועלט קריג[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

רב יונתן שטייף איז ניצול געווארן פון דעם חורבן אייראפע דורך דעם זאנדער טראנספארט וואס איז צושטאן געקומען צוליב אן אפמאך צווישן רודאלף קאסטנער, או אונגארישער ציוניסט, און אדאלף אייכמאן. ער איז געפארן אויף א באזונדערער באן קיין דער נייטראלער שווייץ צוזאמען מיט אנדערע קריג איבערלעבר, וואס איז געווארן אפגעהאלטן אין בערגען בעלזען אויף א האלבע יאר (צוליב דעם וואס דער ארכי-מערדער אדאלף היטלער ימ"ש האט געהאלטן אין איין פארלאנגען נאך און נאך זאכן, און דארט איז ער געווען צוזאמען מיט מערער גדולים צווישן זיי דער סאטמארער רבי, דער דעברעצינער רב און אדאלף דויטש (דער פירער אגודת ישראל אין בודאפעסט), אבער ווען עס איז געקומען צו פארן איז ער געווען אויף די ערשטע באן (עס זענען געווען דריי באנען די צווייטע דערפון איז געווען די באקאנטע באן [וואס האט אנטהאלטן די מערסטע צאל פערזאן] וואס איז אריבער דעם גרעניץ אום כ"א כסלו תש"ה, און די ערשטע איז שוין געפארן מיט ארום 300 פערזאנען אום אלול תש"ד) וואס איז אריבער דעם גרעניץ אום אלול תש"ד, ווידעראום די אנדערע צווישן זיי מרן יואל טייטלבוים אבד"ק סאטמאר זענען ערשט ארויסגעפארן מיט דעם צווייטן טראנספארט אום כ"א כסלו דעם קומענדיגן יאר.

אמעריקע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין אנהייב פון זיין קומען קיין אמעריקע איז ער ארויסגעפארן אין נייטרא שטעטל און ער האט דארטן געדינט אלס א חלק פון די ראשי הישיבה, שפעטער האט ער זיך אריינגעצויגן אין די שטאט און אנהייב האט ער געוואוינט אויף Hewes St. נומער 168, און שפעטער האט ער זיך אריבערגעצויגן אויף Hooper St. ווי ער האט געוואוינט ביז ער איז נפטר געווארן.

נאך דער קריג האט ער געוואנדערט קיין אמעריקע ווו די ווינער שול „קהל עדת יראים" האט אים ממנה געווען אלס רב (וועגן דעם איז ער באקאנט אלס „ווינער רב"). די ווינער שול, אין וויליאמסבורג, ברוקלין, ניו יארק, איז געגרינדעט געווארן פון חרדישע פליטים פון די שטאט ווין וואס האבן באזעצט אין ניו יארק.

ער איז נפטר געווארן אום ט' אלול ה'תשי"ח.

אלס פוסק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

ער איז געווען פון די גרעסטע פוסקים און האט געשריבן שו"ת מהר"י שטייף. ער האט אויך ארויסגעגעבן ספרים אויף ש"ס (חדשים גם ישנים),ספרים על התורה און חומש לימודי השם און צוויי ספרים וועגן די שבע מצוות בני נח, איינער פון זיי הייסט „ספר מצוות השם ".