יהודה הלוי
רבי יהודה הלוי (ריה"ל) [1] איז געווען א זון פון רבי שמואל הספרדי, ער האט מחבר געווען דעם ספר הכוזרי. א תלמיד חכם, פילאזאף, א דאקטער, פון די גרויסע דיכטערס און פון די יידישע דענקערס אין דער מיטל אלטער. ער איז געווען א תלמיד פון רבי יצחק אלפסי.
א גרויסע געלערנטער מאן ביי אידן, ער איז געווען אין דער צייט פון דער אבן עזרא, ווי ער ברענגט איהם אין פרשת יתרו שאלני ר"י הלוי. אסאך היסטאריקער ווילן זאגן אז ער איז געווען דער שווער פונעם אבן עזרא, אבער א קאזין (מנחם עזריה פמ"ב יוחסין מאמר ד'}.
ער איז געווען א גרויסע פייטן, ער האט מחבר געווען אסאך שיינע שירים און געפאוזט מיט גאר אינטהאלטרייכע רייד, ווי מען זעהט אין דעם קינות וואס יודן זאגן תשעה באב צופרי וואס עס הייבט זיך אהן מיט די ווערטער ציון.
רבי יהודה הלוי איז געווען א זון פון רבי שמואל הספרדי, ער האט געלעבט בשנת ד' אלפים תת"ק
א גרויסע געלערנטער מאן ביי אידן, ער איז געווען אין דער צייט פון דער אבן עזרא, ווי ער ברענגט אים אין פרשת יתרו שאלני ר"י הלוי.
אסאך היסטאריקער ווילן זאגן אז ער איז געווען דער שווער פונעם אבן עזרא, אבער א קאזין [2].
ער איז געווען א גרויסע פייטן, ער האט מחבר געווען אסאך שיינע שירים און געפאוזט מיט גאר אינטהאלטרייכע רייד, ווי מען זעהט אין דעם קינות וואס יודן זאגן תשעה באב צופרי וואס עס הייבט זיך אהן מיט די ווערטער ציון.
עס איז דא וואס זאגן אז ער האט מחבר געווען דעם ספר הכוזרי.
זיין רייזע צו ארץ ישראל [באַאַרבעטן]
ריה"ל האט געשריבן א דיכטונג מיטן נאמען "ליבי במזרח" איבער זיין שטרעבונג צו פארן קיין ארץ ישראל. אין יאר ד'תת"ק ; (1140) איז ער ארויף אויף א שיף צו פארן קיין ארץ ישראל. עס איז דא חילוקי דעות צו אין סוף איז ער אנגעקומען קיין ארץ-ישראל, אדער איז ער אוועק אין עגיפטן.
זיין פאעטיקע "ליבי במזרח":
- לִבִּי בְמִזְרָח וְאָנכִי בְּסוף מַעֲרָב - מיין הארץ איז אין ארץ-ישראל כאטש וואס איך בין אין שפאניע.
- אֵיךְ אֶטְעֲמָה אֵת אֲשֶׁר אכַל וְאֵיךְ יֶעֱרָב - ווי אזוי קען איך עסן מיט פארגעניגן.
- אֵיכָה אֲשַׁלֵּם נְדָרַי וָאֱסָרַי, בְּעוד - ווי אזוי קען איך אויסלייזן מיינע נדרים צו פארן נאך ארץ-ישראל, אין די צייט וואס.
- צִיּון בְּחֶבֶל אֱדום וַאֲנִי בְּכֶבֶל עֲרָב - ארץ ישראל איז אונטער מלכות אדום, און איך בין איינגעבונדן צו די אראבער אין שפאניע.
- יֵקַל בְּעֵינַי עֲזב כָּל טוּב סְפָרַד, כְּמו - ס'איז מיר לייכטער נאכגעבן מיינע אלע גוטס אין שפאניע, אזוי ווי.
- יֵקַר בְּעֵינַי רְאות עַפְרות דְּבִיר נֶחֱרָב. - ס'מיר טייער צו זעהן די געבליבענע ערד פון דער דביר.
ער האט זייער אסאך געגלוסט און געבענגט צו זיין אין ארץ ישראל און וואוינען אין דער הייליגער שטאט. דער ספר יוחסין פארציילט אז ווען ער איז אלט געווארן פופציג יאהר איז ער אנגעקומען קיין ארץ ישראל, קומענדיג קיין ירושלים און זעהנדיג וואו וויסט די הייליגע שטאט איז האט ער צוריסן זיינע בגדים און איז געגאנגען בארפוס מקיים זיין דעם פסוק כי רצו עבדיך את אבניך ואת עפרה יחוננו, ער האט מיט ליבשאפט און בענקשאפט געזונגען דעם פיוט ציון הלא תשאלי לשלום אסיריך. עס איז דארט געשטאנען אן אראבער וואס האט צוגעגקוקט דעם גרויסן דביקות און ליבע פון רבי יהודה הלוי צו דער הייליגע ערד, ער האט איהם זייער מקנא געווען און פון גרויס קנאה האט ער איהם געשטאכן און גע'הרג'ט, ה' ינקם דמו.
זיין פילאסאפיע [באַאַרבעטן]
- די תורה קען נישט סותר זיין דעם גראדן שכל.
- די השגחה אויף די יידן איז למעלה מהטבע און גייט אן אין אלע דורות.