יהודה הורוויץ

פֿון װיקיפּעדיע

הרב יהודה (יודאלע) הורוויץ (י"ח אלול ה'תרס"ה, וויזשניץ - י"א סיון ה'תשמ"ט, לאנדאן) איז געווען דער דזשיקאווער רבי, וואס האט געוואוינט בסוף ימיו אין לאנדאן, ענגלאנד.


ביאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

יהודה הורוויץ איז געבוירן אין וויזשניץ י"ח אלול ה'תרס"ה צו זיין פאטער הר"ר אלטער יחזקאל אליהו הורוויץ, דער דזשיקאווער רבי,‏[1] און זיין מאמע, חוה האגער, א טאכטער פונעם אהבת ישראל פון וויזשניץ. ער איז געווען א תלמיד אין נגלה פון הר"ר מאיר אריק, דער טארנער רב, ביי וועמען ער האט געלערנט פינף יאר. ער האט חתונה געהאט מיט מרים, א טאכטער פון זיין פֿעטער הר"ר חיים מאיר האגער.

ביי די צוואנציק יאר האט ער באקומען היתר הוראה פון הרב אברהם מענדל שטיינבערג, בראדער רב. אויך האט אים פארהערט זיין פעטער רבי חיים האגער פון אנטאניע. ער האט זיך געהאלטן אין פארבינדונג מיטן באיאנער רבי'ן, רבי משה פרידמאן.

אין תרצ"ז איז ער געווארן א דיין אין קלויזענבורג.

ער האט אימיגרירט אין ארץ ישראל; פריער האט ער געוואוינט אין תל אביב און נאכהער אין ירושלים.

רביסטיווע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

כאטש די דזשיקאווער חסידים האבן אים געמוטשעט ער זאל ווערן זייער רבי, האט ער נישט געוואלט פֿירן קיין רביסטיווע. נאר בסוף ימיו האט ער אנגעהויבן צו נעמען קוויטלעך. צוליב זיין קראנקייט האט ער געצויגן אין תשמ"ה קיין לאנדאן, וואו ער האט באקומען א נאמען אלס רבי. ער איז נפטר געווארן י"א סיון תשמ"ט און ער ליגט אינעם ענפילד בית עולם, וואו מען האט אויפגעשטעלט אן אוהל אויף זיין קבר. יעדער יאר אויף זיין יארצייט פֿארן טויזנטער יידן אויף זײַן ציון.

ספרים[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זיין לעבנסגעשיכטע איז געשריבן אין זכר צדיק לברכה און כבתה השלהבת


רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור, עמ' 275

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]