1טן יאנואר
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון יאנואר 1)
| א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
| 1 | 2 | 3 | 4 | 5 | ||
| 6 | 7 | 8 | 9 | 10 | 11 | 12 |
| 13 | 14 | 15 | 16 | 17 | 18 | 19 |
| 20 | 21 | 22 | 23 | 24 | 25 | 26 |
| 27 | 28 | 29 | 30 | 31 | ||
| לוח פאר 2013 | ||||||
1 יאנואר איז דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 364 טעג (365 אין אן עיבור־יאר).
אינהאַלט |
היסטארישע געשעענישן[באַאַרבעטן]
- 45 פאר דער ציווילער רעכענונג - דער יוליאנישער קאלענדאר ווערט איינגעפירט
- 630 - מוחמד הייבט אן קיין מעקא מיט זיין מיליטער
- 990 - רוסלאנד נעמט אן דעם יוליאנישן קאלענדאר
- 1481 - די שפאנישע אינקוויזיציע הייבט אן
- 1600 - סקאטלאנד הייבט אן צו ניצן דעם יוליאנישן קאלענדאר
- 1622 - דעם 1טן יאנואר איז אויסגרופן אלס דער ערשטער טאג פון יאר אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר
- 1651 - טשארלס דער צווייטער באקרוינט מלך פון סקאטלאנד
- 1801
- דאס גרויסבריטאנישע קעניגרייך און דאס אירישע קעניגרייך ווערן פאראייניגט אינעם פאראייניגטן קעניגרייך
- דער ערשטער אסטערויד, צערעס, איז אנטפלעקט (שפעטער ווערט ער קלאסיפֿירט אלס א קארליק פלאנעט)
- 1837 - ערדציטערניש אין דער שטאט צפת
- 1880 - אנהייב פון גראבן דעם פאנאמא קאנאל
- 1892 - עליס איילאנד געעפנט פאר אימיגראנטן צו די פאראייניגטע שטאטן
- 1893 - יאפאן הייבט אן ניצן דעם גרעגאריאנישן קאלענדאר
- 1898 - די שטאט ניו יארק סיטי איז געגרינדעט, מיט דעם פאראייניגן פון מאנהאטן, ברוקלין, קווינס, בראנקס און סטאטן איילנד
- 1926 - געגרינדעט דער קרוגער פארק אין דרום אפריקע
- 1939 - נאצי דייטשלאנד אסרט פאר יידן צו ארבעטן מיט דייטשן
- 1973 - אירלאנד, דאס פאראייניגטע קעניגרייך און דענמארק טרעטן אריין אינעם אייראפעישן פארבאנד
- 1981 - גריכנלאנד טרעט אריין אינעם אייראפעישן פארבאנד
- 1993 - טשעכאסלאוואקיי צעטיילט אויף טשעכיי או סלאוואקיי
- 1995
- געגרינדעט די וועלט האנדל ארגאניזאציע
- עסטרייך, פינלאנד און שוועדן ווערן מיטגלידער פונעם אייראפעישן פארבאנד
- 1998 - צענטראלער אייראפעאישער באנק געגרינדעט
- 2007 - בולגאריע און רומעניע ווערן מיטגלידער אינעם אייראפעישן פארבאנד
- 2011 - עסטלאנד ווערט א מיטגליד אין דער אייראזאנע
געבוירן[באַאַרבעטן]
- 1880 - שלום אש, יידישער-פוילישער שרייבער (נפטר 1957)
- 1889[1] - מרדכי דובין, פירער פון די יידן אין לעטלאנד צווישן די צוויי וועלט מלחמות (נפטר 1956)
- 1900 - טשיאונע סוגיהארא, יאפאנישער קאנסול און א חסיד אומות העולם (געשט' 1986)
געשטארבן[באַאַרבעטן]
- 1894 - היינריך הערץ, פיזיקער (געב' 1857)
- 1748 - יאהאן בערנולי, שווייצער מאטעמאטיקער (געב' 1667)
- 1995 - יוזשין וויגנער, יידישער פיזיקער פון אונגארן, באלוינט מיטן נאבעל פריז פאר פיזיק (געב' 1902)
הערות[באַאַרבעטן]
- ↑ געבורטסטאג 20סטן דעצעמבער 1888 לויטן יוליאנישן קאלענדאר