יאאכים פאן ריבענטראפ

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
יאאכים פאן ריבענטראפ

יאאַכים פאן ריבענטראפ (דעם 30סטן אפריל 1893 - 16טן אקטאבער 1946) איז געווען אויסערן מיניסטער פון דייטשלאנד פון 1938 ביז 1945. מ'האט אים געהאנגען אלס קריגס פארברעכער נאך די נירנבערג פראצעסן.

זיינע יונגע יארן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

פאן ריבענטראפ איז געבוירן אין וואסעל, אינען אונטערשטן טייל פונעם ריין. זיין פאטער איז געווען א קאמאנדיר, ער האט געוווינט אין פארשידענע לענדער, אינדרויסן פון דייטשלאנד, און דערפאר האט ער גוט באהערשט ענגליש און פראנצויזיש, ער איז געווען א זעלנער אין דער ערשטער וועלט מלחמה, און איז געהעכערט געווארן אין ראנג צו אן אפיציר, און האט באקומען דעם אייזן מעדאל.

נאך דער מלחמה האט ער זיך אנגעשלאסן אין דער דיפלאמאטישער געמיינדע, און ער איז געשטעלט געווארן אין טערקיי.

ער האט פארלאזט זיין דיפלאמאטישע ארבעט, און געווארן א וויין סוחר. אין 1930 האט ער זיך געטראפן מיט היטלער, און אין 1932 זיך אנגעשלאסן אין דער נאצי פארטיי, ער איז געגעבן געווארן א מעדאל פון כבוד דורך דעם עס עס.

אין 1933, ווען היטלער איז געקומען צו דער מאכט, איז ער געווארן מיניסטער פאר ספעציעלע אנגעלעגנהייטן, ער האט אנגעפירט די פארהאנדלונגען מיט ענגלאנד, אויפן ים קרעפטן פארשטענדעניש. דער דייטשלאנד-יאפאן פאקט, אפילו עס האט קיין אפעקטיווע מיינונג ניט געהאט, אבער ווען איטאליע האט זיך צוגעשלאסן, איז עס געווארן דער פאקט פון די אקסיס.

אין יאר 1936, איז ער געשיקט געווארן אויף ענגלאנד אלס אמבאסאדאר, וואס ער האט אנגעהאלטן ביז 1938, ווען ער איז צוריקגערופן געווארן קיין בערלין, ווי ער איז געווארן אויסערן מיניסטער, אויפן פלאץ פון קאנסטאנטין פאן נויראט, און זייענדיק א פייערליכער אנהענגער פון היטלער, האט היטלער געקענט אנגיין מיט זיינע פינסטערע פלענער.

די צווייטע וועלט מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, איז זיין ארבעט געווארן מינדערוויכטיג, סמערהייט לענדער האבן איגנארירט דייטשלאנד, און ווען ער האט פרובירט צו טיילן מיינונגען, נאכדעם ווען דייטשלאנד האט אינוואדירט רוסלאנד, ער האט געוואלט אז די דומע רעגירונגען,זאלן אנגעפירט ווערן דורכן אויסערן מיניסטעריום, איז ער שנעל שטיל געווארן דורך היטלער, ריבענטראפ האט פארהאנדלט מיט די יאפאנער, אז זיי זאלן אטאקירן רוסלאנד, אבער זיי האבן נישט איינגעגעבן, און ווען יאפאן האט אטאקירט די פאראייניגטע שטאטן, אויף פערל הארבער, האט היטלער דערקלערט קריג קעגן די פאראייניקטע שטאטן, און קעגן ריבענטראפס מיינונג, ריבענטראפ האט געהאלטן, אז די מינוט וואס אמעריקע שליסט זיך אן אינעם קריג, וועלן דייטשלאנדס אויסזיכטן צו געווינען, זיין נאנט צו זערא.

נאך דער מלחמה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביי דער ענדע פון דער מלחמה, איז ער אויפגעזאגט געווארן, און ארטור זייס אינקווארט, האט אים איבערגענומען, אין די רעגירונג פון קארל דעניץ, דער פאסטן האט גארנישט געמיינט, אן גאר שנעל האבן זיך ביידע געפונען פארן געריכט, ביים נירנבערג פראצעס איז ער פאראורטיילט געווארן צום טויט, און ער איז געהאנגען געווארן, זיינע מעמוארן זענען געדרוקט געווארן 1953.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]