טשייניק

פֿון װיקיפּעדיע
א טשייניק אין א טיי-הויז אין כינע

א טשײַניק איז אַ מין טאָפּ צו זידן װאַסער פֿאַר טײ אָדער קאַװע. דאָס װאָרט טשײַניק שטאַמט פֿונעם װאָרט טשײַ, װאָס באַטײַט טײ אין רוסיש. געוויינלעך איז א טשייניק געמאכט פון מעטאל.

היינט אין אסאך לענדער, למשל ענגלאנד ניצט מען אן עלעקטרישן טשייניק פון פלאסטיק וואס מען שטעקט אריין אין א קאנטאקט אין דער וואנט, און ער קאכט אויף וואסער גאנץ גיך.