טשאנסערי ליין אונטערגרונט סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

טשאַנסערי ליין (Chancery Lane) איז א לאנדאנער אונטערגרונט סטאנציע אין צענטראל לאנדאן, אויף דער צענטראלער ליניע, צווישן סאַנט פאלס און האבארן סטאנציעס. די סטאנציע געפינט זיך ביים ראג הויך האבארן, האטן גארדן און גרייז אין ראד, מיט אריינגאנגען צו דער קאסע אונטערן טראקט. די סטאנציע איז אין טראוולקארט זאנע 1.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די סטאנציע איז געעפנט געווארן דורך דער צענטראלער לאנדאנער באן דעם 30סטן יולי 1900 אויפן צפון זייט פון הויך האבארן; מען איז ארויף און אראפ מיט פיר ליפטן. אין 1933 האט מען געבויט די היינטיגע סטאנציע געביידע מער דרומדיק כדי די פאסאזשירן זאלן קענען גיין אויף עסקאלאטארן.

ווען מען האט אויסגעגראבן די צענטראלע ליניע האט מען געשאפן די טונעלן אונטער די גאסן, כדי צו פארמיידן שאדן צו געביידעס פון וויברירונגען. אזוי ווי הויך האבארן איז צו שמאל, זענען די טונעלן אין דעם טייל איינס איבער דעם צווייטן, ממילא אין דער טשאנסערי ליין סטאנציע איז דער פעראן קיין מזרח איבער דעם פעראן קיין מערב.

טראנספארט לינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

לאנדאנער בוס רוטעס 8, 25, 17, 45, 242, 341, 521 און N8 באדינען די סטאנציעס.

גאלעריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]


רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טשאנסערי ליין אונטערגרונט סטאנציע
  פֿריערדיגע סטאנציע    לאנדאנער אונטערגרונטלאנדאנער אונטערגרונט     פֿאלגנדע סטאנציע  
סאנט פאלס   צענטראלע ליניע   האבארן


קאארדינאטן: 51°31′05″N 0°06′40″W / 51.518, -0.111