טראף

פֿון װיקיפּעדיע

א טראַף אדער א זילב איז א פֿאנאלאגישער איינץ וואס איז דער קלענסטער באשטאנדטייל פון רעדן איז דער טערמין פון ארויסזאגן איין קעווטש אדער דרייע פון א טייל פון איין אות. א ווארט קען האבן איין טראף אדער עטלעכע טראפן. די מערהייט פון טראפן האבן א קערן וואס איז א וואקאל. א טראף קען זיין אפן אדער פארמאכט; טייל שפראכן (למשל האוואיש) האבן אבער נישט קיין פארמאכטע טראפן.

סארטן טראפן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

עס זענען פאראן עטלעכע סארטן טראפן, לויט פארשידענע קריטעריע ווי למשל צי דער טראף האט אדער האט נישט אן ״עק״, און לויט וויפיל קאנסאנאטן האט דער ״עק״:

  • אפענער טראף: א טראף וואס לאזט זיך אויס מיט א וואקאל, ד״ה ער האט נישט קיין ״עק״. אן אפענער טראף איז אלעמאל א גרינגער טראף (דער טראף קען האבן א קאנסאנאט פארן קערן, אבער דאס שטערט נישט דעם געוויכט). דאס ווארט געשריי איז צאמגעשטעלט פון צוויי גרינגע אפענע טראפן, וואס לאזן אויס אין א וואקאל: gə.ʃra
  • פארמאכטער טראף: א טראף וואס לאזט אויס מיט איין קאנסאנאנט אדער מערערע קאנסאנאנטן:
  • שווערער טראף: א טראף וואס זיין ״עק״ האט איין קאנסאנאנט. דאס ווארט שׁלעפ איז איין־טראפיג, וואס האט איין פארמאכטן שווערן טראף, וואס זיין ״קאפ״ איז די צוויי קאנסאנאטן ʃl, זיין קערן איד דער וואקאל ɛ און זיין ״עק״ איז דער קאנסאנאנט p.
  • איבערשווערער טראף: א טראף וואס זיין ״עק״ האט מער ווי איין קאנסאנאנט (Complex Coda). דער טראף אין דעם ווארט עסט איז אן איבערשווערער טראף מיט צוויי קאנסאנאנטן: ɛst