טענעריפע אוידיטאריע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
טענעריפֿע אוידיטאריע

טענעריפֿע אוידיטאריע (שפאניש: Auditorio de Tenerife) איז אַן אָפּערע הויז אין דער שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, קאנארישע אינזלען, שפאניע. עס איז געבויט געווארן צווישן 1997 און 2003 און איז געפלאנעוועט געווארן דורך דעם שפּאַנישן אַרכיטעקט סאַנטיאַגאָ קאַלאַטראַוואַ (וואס האט אויך געפלאנעוועט עטלעכע יאָרן שפּעטער די סטרונעס בריק אין ירושלים). דער בנין ווערט גערעכנט א סימבאל פון סיי די שטאָט סאנטא קרוז דע טענעריפע, סיי דעם אינזל טענעריפע און די קאַנאַרישע אינזלען. עס איז אויך געהאלטן איינער פון די וויכטיקסטע בנינים פון הייַנטצייַטיקן ארכיטעקטור אין שפאניע און די וועלט.

קאארדינאטן: 28°27′21.84″N 16°15′4.6″W / 28.4560667, -16.251278

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: טענעריפע אוידיטאריע