טעכנאלאגיע
פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון טעכניק)
טעכנאלאגיע פון גריכיש טעכנע (τέχνη), 'מלאכה' און לאגיאַ (λογία), 'זאָגן' זוכט פראקטישע לייזונגען פון פראבלעמען ניצנדיק וויסנשאפט. איינער פון די ערשטע טעכנאלאגישע ערפינדונגען איז געווען דער ראד. שפעטער האט מען ערפינדן דרוקעריי, וואס האט איבערקערט די מלאכה פון מאכן ביכער. מאדערנע טעכנישע ערפינדונגען זענען: קאמפיוטער, אויטא, מאשין, טעלעפאן א.א.וו.
טעכנאלאגיע איז א צוזאמענשטעל פון וויסן, געצייג און אינפראסטרוקטור.
[באַאַרבעטן] היסטאריע
די הויפט אנטוויקלונג פון די טעכנאלאגיע האט פאסירט ביים ענדע פון דעם 19טן יארהונדערט ווען עס האט זיך אנטוויקלט די מאשינען.
ס'איז פאראן עטלעכע סארטן טעכנאלאגיע:
[באַאַרבעטן] פייער
פייער איז א וויכטיגער קוואל פון ענערגיע. אז מען פארברענט האלץ און האלצקוילן אין א פייער קען מען קאכן עסן.