טימור

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

טימור אדער טימורי לאנג (פערסיש: تمور טימור "אייזן"; ‏21סטן מערץ 1336 - 18טן פעברואר 1405), איז געווען א מאנגאליש-טערקישער הערשער וואס האט איינגענומען מערב, דרום און צענטראלע אזיע און האט געגרינדעט די טימורישע דינאסטיע.

אפשטאם[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

טימור איז געבוירן געווארן דעם 21סטן מערץ 1336. אין שאהריסאבז (די "גרינע שטאט"), טראנסאקסאניע, אכציג קילאמעטער דרום פון סאמארקאנד, אין היינטיקן אוזבעקיסטאן.

טימור'ס פאטער איז געווען היה טאראגהאי, א חשובער עמיר פון דעם בארלאס שבט, א מאנגאלישער שבט.

ער האט זיך געהאלטן פאר א יורש פון דזשינגיס כאן, כאטש ער איז נישט געווען קיין אייניקל זיינס.

טימור איז געווען א מוסולמענער.

יונגערהייט האט זיך טימור אויסגעלערנט רייטן און שיסן מיט פייל און בויגן.