דער טאָל פֿון די מלכים (אַראַביש : وادي الملوك ,װאַדי על מולוק) איז אַן אָרט אין מצרים, לעבן דער שטאָט לוקסאָר, אין װעלכן זײנען באַגראָבן די קעניגן פֿון דער 18טער דינאַסטיע ביז דער 20סטער דינאַסטיע (בערך 1070-1550 פֿאַר דער ציװילער רעכנונג).