חיים פנחס שיינבערג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
מעוטר בטלית ותפילין אגאנצן טאג מיט מער פון 100 מינע ציצית'ער

הרב חיים פנחס שיינבערג (כ"ז אלול ה'תר"ע - כ"ז אדר תשע"ב) איז געווען א ליטווישער גדול און גרויסער פוסק, און ראש ישיבה פון דער תורה אור ישיבה אין ירושלים.

ער איז אויך באקאנט פאר די פילע טלית קטן'ער וואס ער האט אן צו יעדער צייט, ער פלעג זיצן אויך אגאנצן טאג מיט די תפילין.

ער גייט מיט איבער פופציג טלית קטן'ס כדי מרבה זיין מיט מצוות.

ביאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הרב חיים פינחס איז געבוירן געווארן אין אסטראוו, פוילן, כ"ז אלול תר"ע (דעם 1טן אקטאבער 1910), דער זון פון ר' יעקב יצחק, א שניידער. ווען ער איז געווען אלט ניין יאר האט זיך די משפחה אריבערגעצויגן אין אמעריקע, וואו ער האט געלערנט אין פובליק סקול.

אלס עלטערע בחור האט ער געלערענט ביי רבי משה סאלאווייטשיק אין דער דעמאלטסדיגער ישיבה רבינו יצחק אלחנן וואס איז היינט ישיבה אוניווערסיטעט. אויך איז ער געווען א תלמיד פון רבי שמעון שקאפ וואס איז אין יענער צייט געווען א קורצער תקופה אין ניו יארק. און ער האט דארטן באקומען היתר הוראה.

ביי די 19 יאר האט ער געהייראט באשע, די טאכטער פון ר' יעקב יוסף הערמאן.

נאך זיין חתונה איז ער געפארן מיט זיין רעביצין לערנען פינף אין דער מירער ישיבה וואס איז דאן געווען אין פוילן, אייראפע. רבי נתן וואכטפויגל האט אויך דאן דארטן געלערנט אלס אמעריקאנער בחור. דעמאלסט האט ער מחבר געווען דעם "טבעת החושן" אויף שו"ע חושן משפט.

ווען ער איז שפעטער צוריקגעקומען אין אמעריקע האט ער 25 יאר געדינט אלס משגיח אין ישיבה חפץ חיים אין קווינס פון רבי העניך לעבאוויטש.

ער פלעג שטענדיק דאווענען שחרית מיט וותיקין.

אין תש"ך (1960) איז ער ארויף קיין ארץ ישראל צו עפענען אן אייגענע ישיבה, תורה אור, פאר אמעריקאנער בחורים אין קרית מאטערסדארף, ירושלים.

ער איז נפטר געווארן כ"ז אדר תשע"ב, (דעם 20סטן מערץ 2012).

משפחה[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רבי חיים פינחס און זיין ווייב באשע האבן געהאט פיר טעכטער און איין זון.

זיין זון, הרב שמחה, איז זיין נאכפאלגער אלס ראש ישיבה פון תורה אור. איין איידעם איז רבי חיים דוב אלטוסקי, ראש ישיבת תורה אור פאר חוץ לארץ בחורים, און מחבר ספר "חידושי-בתרא" צוויי חלקים. נאך אן איידעם איז רבי דוד ווינער, ראש ישיבה פון דער חפץ חיים ישיבה אין ניו יארק