חיים טאפאל

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

חיים טאפאל (געבוירן תל אביב 9טן נאוועמבער 1935) איז א ישראל אקטיאר אין טעאטער, און פילמען, ער איז איינער פון די מערסטע באוואוסטע אקטיארן אין ישראל און איבער דער וועלט.

אין זיין יוגנט האט ער געארבעט אין א דרוקעריי, אין ארמיי איז ער געווען אין די נח"ל קאפעליע, ווי ער האט געטראפן אורי זוהר, און זיין צוקונפטיקן ווייב, אין די נח"ל האט ער געשפילט סאלח שבתי, פון אפרים קישון, שפעטער ווען ער האט געמאכט דעם פילם מיטן זעלבן נאמען, איז חיים געווען סטאר, ער האט באקומען דערפאר די גאלד גלאבוס, פארן בעסטע אקטיאר פון יאר.

טופולס קאריערע געקומען צו א הויכפונקט, ווען ער איז געקומען שפילן די ראלע פון טעוויע דער מילכיקער, געשריבן דורך שלום עליכם, אין דער פילם פידלער אויפן דאך, אין לאנדאן. לאנגע יארן האט ער געשפילט אלס טעוויע, אין טעאטערס אין בראדוויי און לאנדאן.

שפעטער האט ער געשפילט אין אנדערע פילמען אויך, אויף בי.בי.סי., און נאך אנדערע זאכן.

ער האט באקומען אין יאר 2008, אויסצייכענונג פון ישראל פעסטיוואל, פאר זיינע אויפטוען אין ישראל קולטור, פון לידער אין פילמען.