חיים בן עטר

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

ר' חיים בן עטר (ה'תנ"ו סאלי, מאראקא - י"ד תמוז ה'תק"ג, ירושלים), איז געווען א גרויסער חכם און צדיק ביי אידן. דער מחבר פונעם באקאנטען ספר אור החיים אויף די חמשה חומשי תורה.

ער איז געבוירן אין ה'תנ"ו צו זיין פאטער משה אין סאלי, מאראקא אין יאהר ה'תצ"ט איז ער מיט א צאל פון זיינע תלמידים ארויף פון מאראקא, פון דער שטאט סאלי קיין ארץ ישראל.

דער וועג האט ער געמאכט דורך איטאליע, ער האט מיטגענומען מיט זיך תלמידים, ווי ער איז געקומען האט מען איהם אויפגענומען מיט גרויס יראת הכבוד, ווען מען האט געהערט אז ער פארט קיין ארץ ישראל האט זיך פארזאמלט ארום איהם נאך תלמידים, אויסגעצייכנטע חכמים און בעל מקובלים.

אין איטאליע האבן אסאך רייכע לייט און פארמעגליכע אידן איהם צוגעזאגט אז ווען ער וועט זיין אין ארץ ישראל מיט זיינע תלמידים און זיי וועלן דארט שטעלן א ישיבה וועט מען זיי שיקן געלד צו לעבן.

זיין חבורה אין איטאליע האט זיך געציילט פאר דרייסיג נפשות מיט זייערע פאמיליעס, אין ר"ח אב אין יאהר ה'ֿתק"א האבן זיי זיך געלאזט אין וועג פון ליווארנא קיין ארץ ישראל, אנקומענדיג קיין ירושלים האט דארט געהערשט א מגפה זענען זיי געגאנגן קיין פקיעין ביז ט"ו אב שנת ה'תק"ב וואו זיי זענען געקומען צוריק קיין ירושלים.

אין ירושלים האט ר' חיים בן עטר געשטעלט צוויי ישיבות איין פאר לערנען פשוט די תורה, די צווייטע פאר לערענן סודות התורה און קבלה.

ער איז געווען אין ירושלים עלף חדשים און איז דערנאך נפטר געווארן י"ד תמוז שנת ה'תק"ג.

פון זיינע תלמידים ווערט פארעכנט דער חיד"א.

זיינע ספרים[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ר' חיים בן עטר האט געשריבן אסאך ספרים וואס איז אנגענומען איבעראל, צווישן זיינע ספרים זענען אור החיים, ראשון לציון, חפץ ה', פרי תואר, און נאך.

אין זיין ספר פרי תואר קריגט ער אסאך מיט דעם גאון דער פרי חדש און דער חיד"א שרייבט אז איינמאל איז ער געגאנגען מיט איהם אויפן קבר פון דעם פרי חדש, און דער אור החיים האט זיך געוויילט לאנג אויף זיין קבר, און איך האב געמערקט ווי "עבידי רבנן שלמא" די צוויי חכמים האט געמאכט שלום צווישן זיך.

דער חיד"א ברענגט אין שם הגדולים אז אין מדינת פולין איז געווארן אנגענומען דער אור החיים, מען לערענט אסאך זיינע ספרים, וויבאלד דער צדיק ר' ישראל בעל שם האט געזאגט גרויסע זאכן אויף זיין נשמה.

דער חיד"א שרייבט (דבש לפי אות ת') ווען איך בין געווען יונג האב איך געזעהן דער הייליגען מאן און חסיד ר' חיים בן עטר, האט מייסד געווען אין זיין ישיבה א חבורה וואס זאל לערנען א גאנצע נאכט פון מוצאי שבת קודש ביז צופרי, ער האט צוטיילט די נאכט אויף פיהר טיילן, און יעדע משמורה האט א אנדערע חבורה געלערנט משנה, גמרא, זוהר, הלכה, אלע לימודים האט ער מסדר געוען לויט הייליגע שמות און כוונות.

אויך שרייבט ער אויף איהם אזוי: איך האב געזעהן הרב המופלא דער הייליגער חסיד, אז פארפורים האט ער געפאסט דריי טעג נאכדאנד אהן קיין הפסקה, ער האט געפאסט סיי בייטאג און סיי ביינאכט, דאס איז לויט די רייד פון האר"י אז עס ווערט פארעכנט ווי גלייך מען פאסט גאנצע פערציג טעג (ככל לאדן דקכ"ד).

דער קאמארנער רבי ברענגט אין זיין ספר נתיב מצוותיך אז די סיבה פאר וואס דער בעל שם טוב האט אזוי שטארק געוואלט פארן קיין ארץ ישראל, דאס איז וויבאלד ער איז געווען א בחינה פון די רוח פון משיח, און דער אור החיים איז געווען אין די בחינה פון נפש פון משיח, און אויב די ביידע טרעפן זיך וואלט נתעורר געווארן די נפש און רוח פון משיח, אבער פון הימל האט מען אנדערש געוואלט.

ביי די חסידים זענען זיינע ספרים מער אנגענומען ווי ביי די ספרדים.