זשעראר ראבינאוויטש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

זשעראַר ראַבינאָוויטש איז אַ פֿראַנצייזישער פֿילאָסאָף און סאָציאָלאָג, אַ געבוירענער אין פּאַריז אין 1948. ער איז אַ פֿאָרשער בײַם מלוכה–ראָט פֿאַר וויסנשאַפֿטלעכער פֿאָרשונג (פֿאָרשצענטער „זינען, עטיק, געזעלשאַפֿט“), און אַ צוגעשריבענער פֿאָרשער בײַם פֿאָרשצענטער „פּסיכאָאַנאַליז, מעדיצין און געזעלשאַפֿט“ פֿונעם אוניווערסיטעט פּאַריז 7. ער לערנט אין אַ ריי אוניווערסיטעטן אין פֿראַנקרײַך און איז גאַסט–פּראָפֿעסאָר אינעם פֿאַקולטעט פֿאַר פֿילאָסאָפֿיע און הומאַניסטישע לימודים פֿונעם אוניווערסיטעט אין מינאַס–דזשעראַיִס (בראַזיל).

ביאָגראַפֿיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זשעראַר ראַבינאָוויטש, אַ געבוירענער אין 1948 אין פּאַריז, איז אַ זון פֿונעם אַנטינאַצישן ווידערשטענדלער לעאָפּאָלד ראַבינאָוויטש, מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פֿ.ט.פּ.-מ.אָ.י. — אימיגרירטע אַרבעטער, פּאַרטיזאַנער) אין ליאָן. די מאַמע, אַננאַ, פֿון דער היים פּאָרטנוי, איז אין קריגסצײַט געווען אַ „באַהאַלטן קינד“. ער איז אַ פּלימעניק פֿונעם ווידערשטענדלער לעאָן ראַבינאָוויטש, אויך אַ מיטגליד פֿון דער אָרגאַניזאַציע קאַרמאַניאָל–ליבערטע (פֿ.ט.פּ.-מ.אָ.י.) אין ליִאָן, וואָס איז פֿאַרשיקט געוואָרן קיין דאַכאַו צוזאַמען מיט זײַן ברודער לעאָפּאָלד.

פֿילאָסאַפֿיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זשעראַר ראַבינאָוויטש שטעלט אַרײַן זײַנע פֿאָרשונגען און שריפֿטן אין דער וועבעריאַנער טראַדיציע, אין באַציִונג צו דער פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, בפֿרט צו אַזאַ וואָס וואַקסט אַרויס פֿון די אויפֿטוען פֿון דער פֿראַנקפֿאָרטער שול און פֿון אירע יורשים און נאָענטע, באַזונדערס האַננאַ אַרענדט, וואַלטער בעניאַמין, ערסט בלאָך, זיגפֿריד קראַקאַוער. זײַן מחשבֿה שפּײַזט זיך פֿון די בײַטראָגן פֿון פּסיכאָאַנאַליטישער אָבסערוואַציע און פֿון דער אַנטראָפּאָלאָגיע וואָס זי טראָגט אין זיך, און אויך פֿון געשיכטע–פֿאָרשונג. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַרבעט אין אַ רעם פֿון שטודיר–תּחומים וואָס ער האָט באַנאָמענט „קלינישע פֿילאָסאָפֿיע“.

אַ נײַער באַגריף — „צעשטערערישקייט“ — אויסצוטײַטשן נאַציזם און פֿעלקערמאָרד[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

זשעראַר ראַבינאָוויטש דערווײַזט די פֿעסטקייט פֿונעם באַגריף „צעשטערערישקייט“, זיך שטיצנדיק אויף די בײַטראָגן פֿון דער פֿענאָמענאָלאָגישער סאַציאָלאָגיע (געאָרג סימעל) און פֿון דער אַרומנעמיקער סאָציאָלאָגיע (מאקס וועבער) פֿאַר דער פֿאָרשונג פֿון אַפֿעקטיוויטעטן אין געזעלשאַפֿטלעכן תּחום. ער שעפּט אינספּיראַציע פֿון דער היפּאָטעזע פֿונעם „טויטדראַנג“ אין איר יענעם–צעשטערערישער ווערסיע (צעשטערערישקייט), וואָס דער פּסיכאָאַנאַליז האָט פֿאַרוואַנדלט אין אַ השׂגה און וואָס רופֿט זיך איבער מיטן קאַנטיאַנישן באַגריף וועגן ראַדיקאַלן שלעכטס.

די השׂגה פֿון „צעשטערערישקייט“ ווײַזט זיך אַרויס צו זײַן אַ טײַערער באַגריף אויסצוטײַטשן דעם נאַציזם, וואָס פֿאַרבלײַבט נאָך אַלץ דאָס רעטעניש פֿון דער מערבֿדיקער קולטור. אין זײַן בוך מכּוח דער מענטשלעכער צעשטערערישקייט, פֿראַגמענטן וועגן דעם בעהעמאָט, האָט זשעראַר ראַבינאָוויטש געצייכנט און שטודירט די גרענעצן אויף וועלכע דער פּאָליטישער, סאָציאָלאָגישער און פֿילאָסאָפֿישער געדאַנק שטויסן זיך אָן ווען זיי פּרובירן דערגיין אַ טאָלק אינעם נאַציזם דורך האָבעסעס לעוויאַטאַן–מעטאַפֿאָר. ער לייגט פֿאָר צו באַטראַכטן די פֿראַגע פֿון נאַציזם, לויט פֿראַנץ נוימאַנס עצה, אין דער בחינה פֿונעם בעהעמאָט, דעם היפּוך פֿונעם לעוויאַטאַן. דער בעהעמאָט איז אַ מאָדעל פֿון אַנטסדרונג, פֿון כאַאָס און פֿאַרברעכערישער הנאה. זשעראַר ראַבינאָוויטש אַנאַליזירט די נאַצישע „כימערע“ מיט איר פֿאַרהעלדישן געוואַלט, דערהייבן אָנפֿאַלערישקייט און אויסראָטן אַלע מאָראַלישע נאָרמעס. די דאָזיקע נאַצישע כימערע באַשטייט פֿון טוערישן גאַנגסטעריזם, פּויערישער עפּאָפּעע אין אַ געצנדינערישן גײַסט, מעדיצינישן ביִאָלאָגיזם און אינסטרומענטאַלער שׂכלדיקייט. דורכן באַגריף „צעשטערערישקייט“ קען ראַבינאָוויטש אַרומרעדן און שטודירן דעם הויפּטטעזיס פֿונעם סאָציאָלאָג זיגמונט באַומאַן, בעיקר אין זײַן וויכטיקסט ווערק. באַומאַן טײַטשט אויס דעם נאַציזם פֿונעם קוקווינקל פֿון אַ באַזונדערער שׂכלדיקייט, די שׂכלדיקייט פֿונעם אינסטרומענטאַלן פֿאַרשטאַנד און פֿון דער אינסטרומענטאַלער טוּונג. אויב מע זאָל רעדן אין פֿרוידיאַנישע טערמינען, קומט ראַבינאָוויטש אַרויס מיט אַ פֿילאָסאָפֿישן אַרויסזאָג לויט וועלכן לעוויאַטאַן וואָלט געקענט זײַן דער נאָמען פֿון אַ צושטאַנד פֿון „אומברענגערישע פֿאַרבינדונגען“ מחמת צו פֿיל צוואַנג, און בעהעמאָט — דער נאָמען פֿון אַ צושטאַנד פֿון „טויטגיריקע פֿונאַנדערבינדונגען“. דערבײַ דאַרף קלאָר זײַן — ניואַנסירט ער — אַז, אחוץ דעם, זענען פֿאַראַן לעבנס–פֿאַרבינדונגען און –פֿונאַנדערבינדונגען : „די שיידליניע ציט זיך נישט צווישן דעם ברירה–פּאָרל פֿראַבינדונג/פֿונאַנדערבינדונג, נאָר צווישן דער קרענקלעכער סכעמע אָדער דער עראָטישער דינאַמיק וואָס באַלעבן זיי“. דער באַגריף צעשטערערישקייט דערלויבט זשעראַר ראַבינאָווישן צו דערקענען, אַרטיקולירן און באַטראַכטן די ענלעכקייטן און אַנדערשקייטן צווישן די דערמעגלעכנדיקע באַדינגונגען און די פּראַקטישע דרכים פֿונעם דריטן חורבן און פֿונעם פֿאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ אין 1994. זשעראַר ראַבינאָוויטש גייט איצט ווײַטער אָן מיט זײַנע פֿאָרשונגען איבערן באַגריף „צעשטערערישקייט“, דורך זײַנע אַרבעטן וועגן נאַציזם, וועגן דעם פֿאָלקסמאָרד איבער די טוטסיס און די מעסיקע הוטוס אין רואַנדאַ און וועגן דער אונטערוועלט און די מאַפֿיעס, ווי אויך וועגן די אָפּרופֿן פֿונעם נאַציזם אין די אויסדרוקן פֿון הײַנטצײַטיקן פֿונאַנדערפֿאַל פֿון געזעלשאַפֿטלעכן צוזאַמענבונד.

אַן עטיק פֿון אַנטוישונג[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אויפֿן יסוד פֿון די פֿרוידיאַנישע באַטראַכטונגען און פֿעסטשטעלונגען, באַזונדערס פֿון פֿרוידס פֿאַרלעגנהייט אין דער קולטור, און פֿון זײַנע אייגענע דערטראַכטונגען אין שײַכות מיטן באַגריף פֿון „צעשטערערישקייט“, קלערט ראַבינאָוויטש אַרײַן אין די קאָנסעקווענצן פֿון דער פּלאַסטישקייט פֿון דער צעשטערונג, איר פֿעיִקייט זיך צוצופּאַסן צו פֿאַרשיידענע היסטאָרישע סיטואַציעס אָנהאַלטנדיק כּסדר איר אייגענע נאַטור. פּנים–אל–פּנים מיט אַזאַ אומאײַנגענעמען אמת — באַרבאַרישקייט לויערט אויפֿן מענטש — סטאַרעט זיך זשעראַר ראַבינאָוויטש צו לייגן דעם פֿונדאַמענט פֿון אַן עטיק פֿון אַנטוישונג, אַן עטיק דורך וועלכער דער מענטשלעכער יחיד זאָל קענען אויפֿשטעלן דאַמבעס קעגן דער צעשטערערישקייט וואָס שטעקט אין מענטשלעכן מין.

באַטראַכטונגען וועגן הומאָר[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דעם אַרײַנקלער אין דער עטיק פֿון אַנטוישונג פֿאַרטיפֿט און אילוסטרירט ראַבינאָוויטש דורך זײַנע אַנאַליזן איבערן הומאָר, דאָס דאָזיקע צירונג פֿון דער קולטוראַרבעט, וואָס ליגט אינעם מענטש. אין זײַן בוך וואָס הערט זיך שלעכטס? — ייִדישער הומאָר, אַ גײַסטיקע קונסט, טראַכט ער אַרײַן אין דער ספּעציפֿישקייט פֿון ייִדישן הומאָר, דעם סימן און באַווײַז פֿון דער ייִדישער קולטור און פֿון ייִדישן מהות, אויף וועלכע עס ווירקט אַ כאַראַקטעריסטישע אינעווייניקסטע שפּאַנונג, די שפּאַנונג פֿון אַ צונויפֿגלידערונג צווישן אַנטוישונג אין מענטשלעכקייט און משיחישן בטחון. אין אַ נײַער ווערק, אײַך זעט דאָס אויס קאָמיש ? (וואַריאַציעס וועגן געלעכטער), איז זשעראַר ראַבינאָוויטש ממשיך דעם אַרײַנקלער אין הומאָר און אין זײַן עטישער שליחות. דורך אַן אַנאַליז פֿון די חילוקים און מיטשטימונגען צווישן די צוויי גרויסע הומאָר–טראַדיציעס — די פֿון ייִדישן הומאָר און די פֿון ענגלישן, באַלײַכט ראַבינאָוויטש די באַדינגונגען וואָס דערמעגלעכן הומאָר, און אַנאַליזירט זײַן ציוויליזירנדיקע און ניכטער–עמאַנציפּירנדיקע ווירקונג.

דורך זײַנע פֿאָרשונגען העלפֿט זשעראַר ראַבינאָוויטש ברענגען יענע ענדערונגען אין דער השׂגות–סיסטעם וואָס זענען אומבאַדינגט נייטיק אָנצוגיין מיט דער אַרבעט פֿון אַנטשיפֿערן און „פֿונאַנדערפּלאָנטערן“ די הײַנטצײַטיקע וואָר. זײַן ווערק צילט צונויפֿצוגלידערן די ראַדיקאַלע פּסיכאָאָנאַליטישע אַנטראָפּאָלאָגיע מיט די זיך כּסדר אומקערנדיקע פֿראַגעס פֿון דער קלאַסישער פּאָליטישער פֿילאָסאָפֿיע, ווי עס האָבן זיי פֿאָרמולירט לעאָ שטראַוס און קלאָד לעפֿאָר. זשעראַר ראַבינאָוויטש לייגט די עפּיסטעמאָלאָגישע און עטישע יסודות פֿון אַ נײַעם אופֿן אָנצונעמען אונדזער מענטשלעכן מעמד אין אונדזער הײַנטצײַטיקער וועלט.