זכרון יעקב

פֿון װיקיפּעדיע
זכרון יעקב
מדינה / טעריטאָריע ישראל

 ‑ אין שטעטל

22,984‏
בריכת בנימין אין זכרון יעקב, קוקנדיג אויף דער המייסדים גאס
מדרחוב רח' המייסדים

קאארדינאטן: 32°34′15″N 34°57′06″E / 32.57083°N 34.95167°E / 32.57083; 34.95167זכרון יעקב און איז א לאקאלער ראט אין דער חיפה דיסטריקט אין ישראל. זיין יורידיקציע איז איבער א שטח פון 32,000 דונאם. ער איז אמאל געווען א דארף אזא וואס הייסט א מושבה. אין יאר 1950 איז ער געווארן א לאקאלער ראט. ער געפינט זיך 35 ק"מ דרום פון חיפה, און צען מינוט צו פארן אין דער בנימינה באן סטאנציע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דאס דארף זכרון יעקב איז געגרינדעט געווארן כ"ה כסלו ה'תרמ"ג דורך יידן פון דער חובבי ציון באוועגונג וואס האבן עמיגרירט פון רומעניע. די ערשטע קאלאניסטן זענען אנגעקומען פון רומעניע אין דער שיף "טאטיס" וואס האט געברענגט 228 יידן.

דאס דארף איז געגרינדעט געווארן אין א געגנט וואס הייסט "זאמארין" אויף אראביש. די ערשטע איינוואוינער האבן געהאט אסאך שוועריגקייטן ביז באראן ראטשילד האט זיי גענומען אונטער זיין פליגל, און ער האט א נאמען געגעבן דאס דארף "זכרון יעקב" לזכר זיין פאטער.

באראן ראטשילד האט אויפגעבויט דאס דארף און האט געהאלפן די פארמערס איינפלאנצן וויינגארטנס. ער האט אויך אויפגעשטעלט א גרויסן קעלטער. די ערשטע וויינגארטנס האבן געליטן פון פילאקסערא און דער באראן האט דערפאר אריינגעברענגט נייע מינים פון וויינשטאקן פון אמעריקע.

איינער פון די באוואוסטע איינוואוינערס איז געווען דאקטער הלל יפה וואס האט געפירט א קאמף קעגן דער מאלאריע.


צווילינג שטעט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

דרויסנדיקע פארבינדונגען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: זכרון יעקב