זייערס

פֿון װיקיפּעדיע
צינק, א מעטאל, רעאגירט מיט זאלצזייערס, א זייערס

א זײערס איז א כעמישע סובסטאנץ וואס רעאגירט מיט א באזע. געוויינלעך האבן זייערסן א זויערן טעם, און זיי רעאגירן מיט געוויסע מעטאלן, למשל קאלציום, און מיט באזעס, למשל נאטריום-קארבאנאט צו שאפן זאלצן. די שטארקייט פון א זייערס ווערט געמאסטן מיט pH, וואס נידעריקער איז שטערקער דאס זייערס.

טאג-טעגליכע ביישפילן פון זייערסן זענען עסיגזייערס (וואס מען טרעפט אין עסיג, א צעפירונג), שוועבל-זייערספליסיקייט, געניצט אין אויטא באטעריעס) און וויין-זייערסהארטער קערפער, געניצט ביים באקן). אויך א גאז ווי כלאר-וואסערשטאף קען ווערן א זייערס ווען מען צעלאזט אים אין וואסער. שטארקע זייערסן זענען צעפרעסעוודיק. דער זויערער טעם פון א לימאן קומט פון ציטרישע זייערס.

ס'זענען פאראן עטלעכע וועגן צו שילדערן א זייערס. דער ערשטער וואס האט פרובירט דאס איז געווען דער פראנצויזישער כעמיקער, אנטואן לאוואואזיע, וואס האט באמערקט אז זייערסן אנטהאלטן אקסיגען. פונקט וועגן דעם האט אקסיגען אן אנדער נאמען "זויערשטאף".

ווען א זייערס ווערט געמישט מיטם וואסער, ווערט עס צענומען אין יאנען, דאס הייסט דיסאציאציע: א פאזיטיווער וואסערשטאף יאן +H (פראטאן) ווערט אפגעריסן פונעם זייערס און ווערט פארבונדן מיטן וואסער צו שאפן א הידראניום יאן H3O+. אז מען שרייבט HA פאר אן אלגעמיינעם זייערס, קען מען פארשרייבן דעם פראצעס:

אנווענדונגען פון זייערסן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין מענטשלעכע קערפער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

זייערסן שפילן וויכטיקע ראלעס אין דעם מענטשלעכן קערפער. דאס זאַלץ־זייערס וואס געפֿינט זיך אין דעם בויך העלפֿט פֿאַרדייאונג דורך איינברעכן גרויסע און קאמפלעקסע עסן־מאלעקולן. אמינאזייערסן זענען נייטיק כדי די קערפער־געוועבן זאלן וואַקסן און זאלן ווערן פֿאַרראכטן. נוקלעאישע זייערסן זענן וויכטיק פאר דער פֿאַבריקאַציע פֿון DNA און RNA און כדי צו טראנסמיטירן אייגנקייטן צו אפשטאמלינגען דורך גענעס. קארבאנישע זייערס איז וויכטיק צו היטן די גלייכוואָג פון pH אין דעם קערפער.