זונדל קרויזער

פֿון װיקיפּעדיע
זונדל קרויזער
געבורט 25 נאוועמבער 1924
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 מאי 2014 (אלט 89)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך רב רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

רבי זונדל קרויזער (כ"ח חשוון תרפ"ד - ח' אייר תשע"ד) איז געווען א ירושלמער תלמיד חכם, דער מחבר פון די ספרים אור החמה אויף ש"ס, שולחן ערוך, חומש און די הגדה של פסח.[1].

ער איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו זיין פאטער רבי צבי הערש קרויזער און זיין מוטער טויבא (אייזנשטיין). ער האט געלערנט אין עץ חיים אין ירושלים. דערנאך איז ער געווען פון די ערשטע תלמידים פון דער מירער ישיבה אין ירושלים.

ער האט געהייראט מלכה, די טאכטער פון רבי אהרן פרוש. נאך דער חתונה האט ער געוואוינט אין דער כרם געגנט.

פון יאר תש"ן איז ער געווען א שואל ומשיב אין דער טשעבינער ישיבה.‏[1]

ער איז נפטר געווארן ח' אייר תשע"ד אין שערי צדק שפיטאל. ביי זיין לוויה האבן אים מספיד געווען, צווישן אנדערע, רבי שמואל אויערבאך און רבי גמליאל ראבינאוויטש. מען האט אים באערדיקט אין הר המנוחות.‏[1]

זיין ברודער, רבי דוב מאיר קרויזער, איז געווען דער סקווערער ראש ישיבה.

רעפערענצן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  1. a b c "Zundl Kroizer", המודיע (‏14טן מיי 2014), p. A14.