זון (משפחה)

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון זוהן)

א זון איז א קינד וואס איז א זכר.

אין טייל קולטורן איז א זון א מער געזוואונטשט קינד ווי א טאכטער.

ירושה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

לויט דער תורה, ווען איינער איז נפטר און לאזט איבער א זון אדער זין, באקומען זיי די גאנצע ירושה, און די טעכטער גארנישט. חז"ל האבן אבער מתקן געווען איבערלאזן א טייל פון דער ירושה פאר די טעכטער וואס זענען נאך נישט געהייראט.

טאמער דער עלטסער זון איז א בכור צו זיין פאטער, באקומעט ער צוויי טיילן פון דער ירושה קעגן זיינע ברידער.