פרשת וירא

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון וירא)

פרשת וירא איז דער פערטער פרשת השבוע אין ספר בראשית פון דער תורה.

שבת פרשת וירא קען נאר געפאלן אין די טעג ט"ו חשוון, י"ז חשוון, י"ח חשוון און כ' חשוון.

די פרשה[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די פרשה הייבט זיך אן מיטן פסוק "וַיֵרָא אֵלָיו ה' בּאֵלוֹנֵי מַמְרֵא, וְהוּא יוֹשֵב פּתַח הָאוֹהֶל כּחֹם הַיוֹם", דער טייטש: "און גאט האט זיך באוויזן צו איהם אין אלוני ממרא, און ער איז געזעצין ביים טיר פונעם געצעלט ביים היץ פון טאג".

דער פסוק איז א מיסטיריעזע, צוליב וואס עס ווערט נישט דערמאנט צו וועם גאט האט זיך באוויזן, אויך עס ווערט נישט דערמאנט דער אוירזאך פון דעם באווייזונג, ווי דער פאלגענדער פסוק הייבט אן צו שילדערן די געשיכטע פון די דריי מענטשן.

חז"ל ערקלערן אז דאס איז געווען אברהם אבינו דער דריטער טאג זינט ער האט זיך גע'מל'עט, וואס דעמאלטס איז דער פיינפולסטער טאג פאר דעם גע'מל'עטן, און גאט איז געקומען בלויז צו מבקר חולה זיין.

אין פרשת וירא ווערט אויך געשילדערט די פאלגנדע געשיכטעס:

  • די דריי באזוכער וואס האבן געגעסן ביי אברהם אבינו, אברהם אבינו מיט שרה האבן זיי סערווירט א יונגן רינד, מילך מיט פוטער.
  • שרה לאכט, נישט גלויבענדיג איז זי קען שוואנגעדיג ווערן נאכן זיין און אן עלטער וואס מען האט נישט קיין וסת.
  • דער וואונדערליכער געבורט פון יצחק.

וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]