ווערט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

צי מיינט איר אן ארטיקל אדער א טעמע?

ווערט איז אן אויסדרוק וואס דרוקט אויס די באגריף פון דאס שוויות און מהות פון א א זאך אדער א באגריף לויט די שאצונג פון די אויגן פון מענשטן, אדער דורך אנדערע באגרייפן'גען

יעדעס ווערד וויבאלד עס איז פארבינדען אין דעם מענטש'ס אויגן און זיין באגרייפן עס, איז דאס שטענדיג סוביעקטיוו און נישט זיכער. א זאך וואס קען האבן פיל ווערד ביי איינעם, קען זיין גארנישט ווערד ביים צווייטען, אדער אפילו פארן זעלבן מענטש קען זיך טוישן דער מצב. לויט דעם קאנצעפט, איז אפילו א געוויסער זאך איז טייער ביז גאר ביי אסאך מענטשן איז דאס נאך נישט קיין פאקט אז דער זאך איז טאקע ווערד באמת. למשל, א געוויסער מאן קען אויסקוקן שיין און ציענד אין די אויגן פון אסאך פרויען, אבער אסאך ווינציגער מענער וועלן שפירן א ווערד כלפי פארן דעם מאן זעלבסט.

אפילו אין פעלד פון פינאנץ איז דאס אויך אזוי, א גלעזל וואסער האט נישט קיין ווערט ביי רוב מענטשן אבער פאר א מענטש אין מדבר האט דאס א ווערט פון פיל געלט ווייל ער איז שרעקליך דורשטיג.

לויט דעם איז די ווערט אלס מעלות אדער מידות פון א מענטש אויך נישט קיין אבסאלוט'ער ווערד; צ.ב.ש. גוט, אדער שלעכט, מותר אדער אסור זענען בלויז אין די אויגן פון געוויסע מענטשן א.א.וו.