וועלט פאקטבוך

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דעקל פונעם פאקטבוך

דאס וועלט פֿאַקטבוך פון דער CIA ‏(ענגליש: CIA World Factbook; אדער The World Factbook) איז א יערליכע אויסגאבע וואס די שפיאנאזש אגענטור פון די פאראייניגטע שטאטן (די CIA) גיט ארויס פארן ניץ פון דער אמעריקאנער רעגירונג. דאס בוך אנטהאלט אינפארמאציע אין דעם סטיל פון אן אלמאנאך וועגן די לענדער פון דער וועלט - וואס נעמט איין סואווערענע לענדער, אפהענגעדיקע שטחים און אנדערע געגנטן וואס זענען אנערקענט דורך די פאראייניגטע שטאטן. אויך געפינט זיך אינפארמאציע וועגן די פינף אקעאנען און דעם גאנצן ערד-פלאנעט. אינגאצן באווייזן אין עס, ריכטיק פאר 2012, 267 וועזנהייטן. די אינפארמאציע וועגן יעדן לאנד ווערט צעטיילט אין אפטיילונגען וועגן די געאגראפיע, דעמאגראפיע, קאמוניקאציע, רעגירונג, עקאנאמיע און מיליטער. יעדע לאנד ווערט באהאנדלט אין צוויי אדער דריי בלעטער.

די ערשטע ראלע פונעם פאקטבוך איז צו באדינען די רעגירונג פון די פאראיינגטע שטאטן; זיין סטיל, געבוי, פארנעם און אינהאלט זענען אוועקגעשטעלט צו דעם ציל און שפיגלען אפ די אפיציעלע פאליטיק פון די פאראייניגטע שטאטן.

דאס פאקטבוך האט א וועבזייטל וואס ווערט דערהיינטיקט יעדע צוויי וואכן (זייט נאוועמבער 2001).

מקורות[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

ביים צוזאמענשטעלן דאס פאקטבוך ניצט דער CIA פארשיידענע מקורות, איינשליסנדיק די פאלגנדע:

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]