ווייסוויידל הערש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
ווײַסוויידל הערש
זכר
זכר
נקבה (הינד)
נקבה (הינד)
קאנסערווירונג סטאטוס
Status iucn3.1 LC.svg
קלענסטער חשש (IUCN 3.1)[1]
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע
קעניגרייך: בעלי חיים
שטאַם: Chordata
קלאַס: זויגערס
סדר: Artiodactyla
פֿאַמיליע: Cervidae
אונטערפֿאַמיליע: Capreolinae
מין: Odocoileus
זגאַל: O. virginianus
בינאמינאלישער נאמען
Odocoileus virginianus
Zimmermann, 1780
White-tailed Deer range map
White-tailed Deer range map
אונטערזגאלן

38

דער ווײַסוויידל הערש (Odocoileus virginianus), אויך באנקאנט ווי דער ווירזשיניע הערש, איז א מיטלגרייס הערש אלטגעזעסן אין די פאראייניגטע שטאטן (אחוץ פינף שטאטן), קאנאדע, מעקסיקא, צענטראלע אמעריקע, און דרום אמעריקע דרום ביז פערו. מען האט אים אויך אריינגעברענגט אין ניי זילאנד און א פאר לענדער אין אייראפע ווי, פינלאנד, טשעכיי, און סערביע.

דעם זגאל געפינט מען מערסטנס מזרח פון די ראקי בערג, אבער נישט אין א גרויסן טייל פון די מערב שטאטן, כולל נעוואדא, יוטא, קאליפארניע, האוואי, און אלאסקע.

דער ווײַסוויידל הערש האט נארמאל א געוויכט צווישן 57 און 237 קילאגראם, און איז לאנג צווישן 160 און 220 צענטימעטער. זיי זענען מערסטנס ברוין, אבער אמאל גרוי אדער רויטלעך אין ווינטער און זומער. די זכרים האבן גרויסע הערשהערנער, וואס פאלן אראפ אין ווינטער.

דער ווײַסוויידל הערש לעבט געווינלעך פון צוויי ביז דריי יאר, אבער אמאל לעבן זיי מער ווי צען יאר.[2]

זיי קענען זען נאר צוויי קאלירן, אבער נישט רויט און אראנזש.

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

  1. מוסטער:IUCN2008 Database entry includes a brief justification of why this species is of least concern.
  2. Odocoileus virginianus. אוניווערסיטעט פון מישיגן מוזיי פון זאאלאגיע. דערגרייכט דעם 28סטן אקטאבער 2010.