וואלקאוויסק

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
וואלקאוויסק
Ваўкавыск
BIA Wołkowysk flag.svg Coat of Arms of Vaŭkavysk, Belarus.svg
Vaŭkavyskaja synagoga. Ваўкавыская сынагога (1930).jpg
די וואלקאוויסקער שול
מדינה / טעריטאריע Flag of Belarus.svg בעלארוס
גרינדונג דאטע 1005
קאארדינאטן 53°10′N 24°28′E / 53.167, 24.467קאארדינאטן: 53°10′N 24°28′E / 53.167, 24.467
וואבלאסט גראדנער גובערניע
ראיאן וואלקאוויסקער ראיאן
שטח 97 קוואדראט ק"מ
הייך 161 מעטער
באפעלקערונג (2009)

 ‑ אין שטאט
 ‑ ענגקייט

44,167‏
560 באוואוינער א ק"מ2
http://volkovysk.grodno-region.by/

וואלקאוויסק (בעלארוסיש: Ваўкавыск וואקאַוויסק ; רוסיש: Волковы́ск; פויליש: Wołkowysk) איז א שטאט אין גראדנער גובערניע, דרום־מערב בעלארוס, 72 ק"מ דרום־מזרח פון גראדנע, 88 ק"מ מזרח פון ביאליסטאק.

ער האט א באפעלקערונג פון 48,000.

די שטאט ווערט שוין דערמאנט אין יאר 1005.

היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין 1503 האט די שטאט באקומען מאגדעבורג רעכטן פונעם פוילישן מלך זיגמונד דער ערשטער.

לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די יידישע באפעלקערונג פון וואלקאוויסק געווען 5,528, מער ווי העלפט פון דער שטאטס באפעלקערונג פון 10,323.[1]

ביז דער ערשטער וועלט מלחמה איז וואלקאוויסק געווען אין וואלקאוויסקער באצירק, גראדנער גובערניע, רוסלענדישע אימפעריע. צווישן די צויי מלחמות איז ער געווען אין ביסקופיצער באצירק, ביאליסטאקער גובערניע, פוילן.

געאגראפיע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די שטאט ליגט אויפן ראס טייך, צווישן גראדנע, בריסק און באראנאוויטש. די שטאט באדעקא א שטח פון 79 קוואדראט ק"מ.

יידישע היסטאריע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

די יידישע געמיינדע פון וואלקאוויסק שטאמט פון די ת"ק יארן. דער ערשטער רב איז געווען הרב אביגדור חריף, א קרוב פונעם ווילנער גאון אנדערע רבנים זענען געווען הרב דוד קאצנעלנבויגן, הרב בנימין דיסקין, הרב יצחק אייזיק חבר (מחבר פון שו"ת בנין עולם).

אין 1897 האבן געוואוינט אין וואלקאוויסק 5,528 יידן, און אין 1931, 7,347 יידן.‏[2]

פערזענלעכקייטן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

רעפערענצן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]