וואטערלו באן סטאנציע

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Waterloo Station concourse.jpg

וואטערלו באן סטאנציע איז א הויפט סטאנציע וואס געפינט זיך לעבן דער וואטערלו בריק אין לאנדאן. די סטאנציע איז געעפנט געווארן 11 יולי 1848. די סטאנציע האט אמאל געהאט 21 פעראנען, אבער מען האט צוגענומען צוויי פעראנען פאר דער אינטערנאציאנאלער סטאנציע (וואס מען האט פארמאכט אין דעצעמבער 2007).

די סטאנציע איז דער לאנדאן טערמינוס פון דער דרום-מערב הויפט באן ליניע. דערווייל ווערן די באנען אפערירט פון דער פירמע דרום-מערב באנען.

וואטערלו איז א חשובער טראנספארט צענטער; אחוץ דער הויפט סטאנציע איז פאראן אויך וואטערלו מזרח באן סטאנציע, אן אונטערגרונד סטאנציע און אן אויטאבוס סטאנציע.

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: וואטערלו סטאנציע