התאחדות קהלות החרדים
דאס התאחדות קהלות החרדים איז א פארבאנד פון חרדישע אידישע געמיינדעס אין לאנדאן, ענגלאנד.
אינהאַלט |
גרינדונג און פירערשאפט [באַאַרבעטן]
דאס התאחדות קהלות החרדים אין לאנדאן איז געגרינדעט געווארן אין יאר ה'תרפ"ו דורך הרב אביגדור שיינפעלד, רב פון דער עדת ישראל שול אין לאנדאן. נאך זיין פטירה יונגערהייט אין תר"ץ איז די קהילה איבערגענומען געווארן דורך זיין זון הרב שלמה שיינפעלד וואס ער האט אויפגעשטעלט די ארטאדאקסישע מוסדות און געברויכן אין לאנדאן, אין תשט"ו האט דאס התאחדות אויפגענומען הר"ר חנוך דוב פדווא אלס אב"ד, און הר"ר שלמה איז געווען דער רב הנשיא פון דער קהילה ביז ער איז נפטר געווארן אין יאר תשד"ם.
נאך הר"ר חנוך דוב פדווא איז געווארן אויפגענומען אלס אב"ד זיין זון הר"ר משה חיים אפרים פדווא וואס פירט די קהילה ביז צום היינטיגן טאג.
קערפערשאפט [באַאַרבעטן]
דאס התאחדות קהלות החרדים פארטרעט אלע חרדישע געגנטן אין לאנדאן, ד"ה סטאמפארד היל, גאלדערס גרין, הענדאן און עדזשווער, און פילע אידישע קהילות אין די אלע פלעצער.
דאס התאחדות קהלות החרדים טוט צושטעלן אלע קהלישע געברויכן ווי וועד הכשרות (מיטן נאמען כדתיא), בתי דינים און בית הוראה, מקוואות און א קימפעטארן היים "בית ברכה". די נארד לאנדאן חברה קדישא און נארד־וועסט לאנדאן חברה קדישא באדינען די קהילה, וואס ניצט די בתי חיים אין ענפילד און טשעשאנט.
די קוראטארן פון דער קהילה זענען ר' בנציון פרישוואסער און רבי אברהם פינטער.
ראבינאט [באַאַרבעטן]
די קהילה האט א ראבינאט, דער בית דין פון דער קהילה. די מיטגלידער פון דער ראבינאט בית דין זענען:
- הר"ר משה חיים אפרים פאדווא גאב"ד
- הר"ר אלחנן היילפרין נשיא
- הר"ר פינחס ראבערטס
- דיין אהרן דוד דונער
- דיין שלום פרידמאן
- דיין דוד גרינהויז (כשרות)
- דיין יוסף פאדווא (שחיטה)
- דיין זאב פעלדמאן
הר"ר ישראל מאיר גרינבערג, רב פונעם גאלדערס גרין בית המדרש, איז אויך משתתף אין דיונים פון דער ראבינאט.
בתי דינים [באַאַרבעטן]
די קהילה האט צוויי בתי דינים פאר דיני תורות, איינער אין סטאמפארד היל און דער אנדערער אין גאלדערס גרין. די דיינים אין סטאמפארד היל זענען, הרב נחמיה שנעק, הרב מרדכי אייזנער און הרב ישראל מאיר האלפערן. די דיינים אין גאלדערסט גרין זענען הרב חיים היילפרין מיט הרב דוד קאהן, הרב יצחק מאיר הערץ און הרב יהושע פוזנא; דער ספרא דדיינא איז הרב מתתיה לארענץ.
שולן און בתי מדרשים [באַאַרבעטן]
די קהילה האט מער ווי הונדערט שולן און בתי מדרשים.
בתי מדרשים אין גאלדערס גרין [באַאַרבעטן]
די פאלגנדע בתי מדרשים אין גאלדערס גרין געהערן צום התאקה"ח:
| בית מדרש | רב |
|---|---|
| אברכים | הרב יעקב יצחק לעוו |
| אור ישראל (סאדיגורא) | הרב ישראל משה פרידמאן (ביז תשע"ג) |
| אמרי שפר | הרב מאיר ראפאפארט |
| בית אברהם | הרב חיים שמאהל |
| בית ישכר דוב | הרב גרשון האגער |
| בית שמואלֿ | הרב אלחנן היילפרין |
| גערער שטיבל | |
| סאסאוו | הרב שלמה פרישוואסער |
| עץ חיים ישיבה | הרב צבי רבי |
| קהילת אוהל משה | הרב דוד שטערן |
| קהל חסידים | הרב יצחק אליעזר בריעף |
| שערי תפילה | הרב ישעיה שלעזינגער |
מוסדות החינוך [באַאַרבעטן]
די מוסדות החינוך פון די קהילה זענען כולל חדרים, שולן פאר יינגלעך, שולן פאר מיידלעך, הויכשולן, ישיבה קטנות, כוללים און א מיידלעך סעמינאר.
מיידלעך שולעס [באַאַרבעטן]
מיידלעך שולעס פון דער קהילה:
- אהל בלימא רחל ד'באבאוו
- בית חינוך לבנות
- בית חינוך, עדזשווער
- בית טראנע
- בית יעקב (סטאמפארד היל)
- בית יעקב עלעמענטארע־שול
- בית יעקב גראמאר־שול
- בית מלכה
- בית רחל דסאטמאר
- בית שרה שענירער
- בנות בית יעקב
- בנות וויזשניץ
- בנות ירושלים
- חשמונאים הויכשול (מיידלעך)
- יסודי התורה הויכשול פאר מיידלעך
- מנורה הויכשול פאר מיידלעך
- ליובאוויטש מיידלעך שול