השוחט והשחיטה בספרות הרבנות

פֿון װיקיפּעדיע

השוחט והשחיטה בספרות הרבנות איז געווען דאס לעצטע ספר וואס הרב יקותיאל יהודה גרינוואלד האט געשריבן.

דאס ספר איז ערשינען אין יאר תשט"ו אין דעם יאר פון זיין פטירה, דורך הוצאת פעלדהיים, ניו יארק.

עס פארמאגט 182 זייטן וואס נעמט ארום אסאך קאנטראווערסיעס צווישן שוחטים און קהילות.

אויך האט עס א ביביליאגראפיע פון זיינע ספרים וואס זענען ערשינען ביז דאן, לויטן סדר פון דער צייט וואס זיי זענען ערשינען.

ביים סוף האט מען אריינגעדרוקט א קורצע ביאגראפיע אויף דעם מחבר געשריבן דורך עקיבא בן עזרא.


אט איז די ליסטע: תולדות גדולי הדור, זכרון לראשונים, קורות עיר פרעשבורג וגדוליה, היהודים באונאריה, תולדות משפחת ראזענטאל, קורות התורה והאמונה בהונגריה, תולדות חכמי ישראל, ספר הזכרונות, לפלגות ישראל באונגריה, תולדות הכהנים הגדולים, מקורות לקורות ישראל, תלמוד בבלי וירושלמי ב"ח, אח לצרה, אוצר נחמד, מהרי"ל וזמנו, טויזנט יאר אידיש לעבן אין אונגארן, כל בו על אבילות ג"ח, לתולדות הריפורמציאן הדתית בגרמניא ובאונגריא, לפני שתי מאות שנה, מצבת קודש, הרב יוסף קארו וזמנו, האם ראו מסדרי הבבלי את הירושלמי?, הרב יהונתן אייבעשיץ.