העניך אקערמאן

פֿון װיקיפּעדיע
העניך אקערמאן
קיין פריי בילד
געבורט 6 אקטאבער 1901
אוקראינע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 8 סעפטעמבער 1970 (אלט 68)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך דיכטער, זשורנאליסט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

העניך (הענעך) אַקערמאַן (מאָלינעץ, בעסאַראַביע, 6טן אָקטאָבער 1901 – ניו-יאָרק, 8טן סעפּטעמבער 1970) איז געווען אַ ייִדישער דיכטער און זשורנאַליסט.

לעבנסגעשיכטע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

העניך אַקערמאַן איז געבוירן געוואָרן אינעם דאָרף מאָלינעץ פונעם כאָטינער אוּיעזד פון דער בעסאַראַבער גובערניע אין דער רוסלענדישער אימפּעריע (איצט אין אוקראַיִנע). ער האָט זיך געלערנט אינעם שטעטל כאָטין. אַלס דיכטער האָט ער דעביוטירט אין 1919 אין דער קעשעווענער צײַטונג "דער מאָרגן". אין 1920 האָט העניך אַקערמאַן עמיגרירט קיין אַמעריקע. ער האָט זיך געדרוקט אין פאַרשיידענע ייִדישע פּעריִאָדישע אויסגאַבעס פון די פאַרייניקטע שטאַטן: "פעדער", "אויפגאַנג", "גרויסער קונדס", "גערעכטיקייט", "אַמעריקאַנער", "פרײַער אַרבעטער-שטימע" און "קינדער-זשורנאַל". אין 1932 איז העניך אַקערמאַן געוואָרן אַ מיטאַרבעטער פון דער ניו-יאָרקער צײַטונג "פאָרווערטס", וווּ ער האָט געפירט די זונטיק-רובריק "שטויגנדיקע געשיכטעס פון אמתן לעבן", צומאָל אונטערן פּען-נאָמען "אַ מאָלינעצער". זינט 1934 האָט העניך אַקערמאַן געאַרבעט אין דער ניו-יאָרקער צײַטונג "טאָג".


זײַנע ביכער[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

  • לידער און פּראָזע, טשערנאָוויץ, 1920.
  • רעפלעקסן. לידער (צוזאַמען מיט זעליק דאָרפמאַן און משה שטאַרקמאַן), ניו-יאָרק, 1932.
  • כ'בין קיימאָל נישט אַוועק פון דער היים, תל-אָביב, 1962.


וועבלינקען[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]