המן טאש

פֿון װיקיפּעדיע
היימיש געבאקענע המן טאשן.

המן טאשן איז א סארט קיכל וואס איז דריי עקיג און איז אנגעפילט מיט מאן אינדערמיט. ביי אסאך בעקערייען פארקויפט מען דאס א גאנץ יאר, אבער ביי פרומע און טראדיציאנאלע אידן איז דאס א מנהג צו עסן בעיקר פורים, ספעציעל פורים ביינאכט ווען ס'ווערט געברענגט א מנהג צו עסן זאמען..