המבשר די וואך

פֿון װיקיפּעדיע

המבשר די וואך איז א אידיש שפראכיגע וועכנטליכע אויסגאבע פון דער פרומער ארץ ישראל'דיגער צייטונג המבשר, וועלכע ערשיינט יעדע וואך און ווערט געדרוקט ווי א טייל פון דער טעגליכער פרייטיג צייטונג. די צייטונג פארמאגט בלויז איין גרויסן בלאט און די רעדאקציע געפונט זיך אין די פאראייניגטע שטאטן.

שפראך[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די שפראך פון דער צייטונג איז א מין געמישט לשון פון אמעריקאנער, ארץ-ישראלדיגער און אייראפעשיער אידיש. די צייטונג איז נישט מקפיד אויף די גראמאטישע סטאנדארטן און ווערט געשריבן ווי ס׳לאזט זיך.

אינהאלט[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

אין דער צייטונג איז פאראן פארשידענע אפטיילונגען:

נייעס: די נייעס, וואס זענען פארלאפן אין דער פארגאנגענער וואך אין ארץ ישראל. "נייעס אין קורצן" - קארצע נייעס פון ארץ ישראל און דער גארער וועלט.

ערציילונגען: "ערציילונג" - א וואכנדיגער דערציילונג. "סיפור בהמשכים" - א דערציילונג מיט פארזעצונגען.

דברי תורה: "די וואכעדיגע פרשה - דער לימוד מוסר דערפון" - א קורצע געדאנק פון דער וואכעדיגער סדרה.