הייפיש אטאקעס

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Snorkeler with blacktip reef shark.jpg

הייפיש אטאקעס זענען אטאקעס דורך הייפיש פיש אויף מענטשן אין וואסער ווען א הייפיש טוישט אויף דעם מענטש מיט זיינס א קרבן. הייפיש אטאקעס מאכן זיך זייער אפט ביי ים ברעגעס אבער זעלטן וואס זיי וועלן אומברענגן א מענטש. געווענליך וועלן זיי נאר איבערלאזן שטערבליכע וואונדן (וועלן אפט אפבייסן שטיקער פלייש אדער גאנצע אברים) און דאן אפטראגן.

פארוואס אטאקירן הייפישן?[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

הייפישן זענען נאטורליך נישט קיין מענטשן פרעסער און עס איז אומנארמאל אז א הייפיש זאל אטאקירן א מענטש וואס שווימט אין וואסער אדער פארט אין א קליין שיפל. זינט עס פאסירן יא אזויפיל אטאקעס שטעלט זיך די פראגע פארוואס אטאקירן זיי?

וויסנשאפטלער זענען ביי דער מיינונג אז 90 פראצענט הייפיש אטאקעס זענען נישט מער ווי א טעות וואס מיינט אז דער הייפיש פארטוישט דעם קרבן אלס עפעס וואס ער איז באמת נישט. א הייפיש איז נישט קיין מענטשליכע אטאקירער און ער שווימט נישט ארום אין וואסער צו צערייסן מענטשן. אלע חיות, בהמות, עופות, שרצים, ורמזים פארמאגן ספעציעלע חושים וועלכע ערמעגליכט זיי צו לעבן. יעדע באשעפעניש האט זיינע חושים מיט וועלכע ער פארשאפט זיך וואס צו עסן. א הייפיש איז א גרויסע פיש מיט אסאך מוסקלן און ברויך האבן אסאך פעטע פלייש פאר זיין סעודה. דער הייפיש האט ספעציעלע חושים מיט וועלכע ער דערשמעקט זיינע קרבנות וועלכע זענען קלענערע פיש פון עטליכע סארטן און מענטשן זענען נישט אויף זיין מעניו.

נאר וואס דען?

הייפישן פארטוישן מענטשן צו געוויסע פיש וועלכע זענען זייערע עסן יעדן טאג. אין פאקט וועט א הייפיש כמעט קיינמאל נישט אויפעסן א מענטש און אפילו נישט אטאקירן מער ווי איינמאל. דער הייפיש פארטוישט דעם מענטש און בייסט אריין אין אים און פרובירט אים צו שלעפן אונטער'ן וואסער. אבער איינמאל ער שלינגט זיין ערשטע פארציע וועט ער באלד שפירן אז דאס איז נישט זיין סארט עסן און ער וועט דעם מענטש אפלאזן.

די ערשטע און גרינגסטע וועג צו פארשטיין פארוואס א הייפיש זאל אויפטוישן א מענטש פאר זיין קרבן איז אויב מען באטראכט זיין האריזאנט אונטערן וואסער. אין גענעראל זענען פאראן צוויי סארט הייפישן וועלכע זענען ווייטער צעטיילט צו פארשידענע מינים. די צוויי הויפט סארטן זענען די ווייסע הייפישן (גרעיט ווייט הייפיש) און די טייגער הייפישן. ביידע סארטן עסן פארשידענע ערליי פיש וועלכע זיי שלינגן איין שווימנדיג מיט אן אפענע מויל (זיינע ציינער זענען געבויגן אויף אריין און איינמאל א פיש איז אין זיין מויל קען ער מער נישט ארויסשווימען אפילו אויב זי איז גאר פלינק) אבער זיי אטאקירן אויך אפט גרעסערע וואסער חיות וועלכע זענען ים לייבן פאר די ווייסע הייפישן און וואסער טשערעפאכעס (טורטלס) פאר די טייגער הייפישן.

א גרויסע צאל פון די מענטשליכע קרבנות זענען די וואס שווימען אויפן וואסער אויף ספעציעלע רינדיגע ברעטער אדער טובס. אין אזעלכע פעלער קוקט דער מענטש אויס ענליך צו א ים לייב אדער טשערעפאכע וויבאלד דער ברעט אדער טוב איז רינדיג ווי א אייער (אוועל) און קוקט אויס ווי דער בויך פון דעם ים לייב אדער טשערעפאכע און די הענט און פיס וועלכע שטעקן זיך ארויס קוקן אויס ווי די שווים פענכער און פלוספעדערן וועלכע די סארט פיש פארמאגן.

א צווייטע וועג צו פארשטיין פארוואס זיי פארטוישן א מענטש צו זייערע געווענליכע קרבנות איז וויבאלד זיי דערשפירן בלוט און עלעקטרישע סיגנאלן פון מיילן ווייט. ווען א הייפיש שווימט פליסט דאס וואסער צו די צוויי זייטן פון זיין לאנגע נאז וועלכע פארמאגט כמו סענסארס אונטער די הויט וועלכע שפירן אויף דאס וואסער אויב עס איז פאראן בלוט אינעם גאנצן ארום. ווען דער מענטש באוועגט זיך קומט ארויס קליינע באשטאנדטיילן פון שוויץ וועלכע גייט אריין אין וואסער און דער הייפיש דערשמעקט אז דאס פארמאגט בלוט און עלעקטרישע סיגנאלן און גייט דאס נאך. סייענטיסטן זאגן אז ער וועט דערשפירן א מענטש נאך שנעלער ווי א צווייטע פיש וויבאלד א מענטשנ'ס בלוט איז ווארים און דאס וואסער איז קאלט וואס מאכט דאס מער אקטיוו.

נארמאלערהייט דרייען זיך נישט קיין הייפישן נעבן די יבשה אבער עס זענען פאראן געוויסע סיבות וועלכע קען זיי יא אהינברענגן אנגעהויבן פון קראנקע הייפישן ביז א געוויסע ענדערונג אינעם ים. אויב א הייפיש אטאקירט איינמאל איז נאך נישט קיין הוכחה אז ער וועט אטאקירן א צווייטע מאל וויבאלד דאס איז א טעות און ער וועט זיך אפלאזן דערפון. טייל סייענטיסטן האלטן אז עס איז יא פאראן געוויסע הייפישן וועלכע אטאקירן עטליכע מאל נאכאנאנד און זיי פלאגן זיך צו פארשטיין פארוואס דאס איז אזוי. אין די פארגאנגנהייט איז מערערע מאל געווען פעלער ווען א הייפיש האט אטאקירט אויפ'ן זעלבן ארט עטליכע מאל אין איין וואך. אנדערע זאגן אבער אז דאס איז א פאלשע טעאריע און יעדע אטאקע איז א צווייטע הייפיש און עפעס אונטערן וואסער טרייבט זיי צו די יבשה און דערפאר פאסירן מערערע אטאקעס ווייל יעדע פון זיי פארטוישט א מענטש צו א צווייטע באשעפעניש.

וויאוי אימער, איז יעדער מודה אז אפילו אויב דער זעלבער הייפיש אטאקירט מער ווי איינמאל מיינט נאך נישט אז ער האט אנטוויקעלט א טעם צו מענשליכע פלייש וויבאלד א מענטש'נס פלייש איז נישט גענוג רייך אין פעטנס און אין אנדערע זאכן וועלכע די פיש פארמאגן.

עס איז אויך פאראן אזא זאך אז א הייפיש זאל אטאקירן צוליב אויפגערעגטקייט. אמאל שטייט מען אים אין וועג און אמאל נעמט א פיש כאפער צו זיין עסן און ער רעגט זיך אויף און אטאקירט. זיין אטאקע קען אמאל זיין נאר א פראסק מיט זיין וויידל וועלכע דער מענטש וועט געדענקן פאר וואכן און אמאל איז עס א קליינע ביס וועלכע איז פאר דעם מענטש אן ערנסטע וואונד.

אנאטאמיע פון א הייפיש אטאקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דער הייפיש באפאלט דעם מענטש אן קיין שום פריערדיגע ווארענונג. דער הייפיש איז אן עקספערט אין אטאקירן אנדערע באשעפענישן קומנדיג שטילערהייט און מאכן א פלוצלונגן אנפאל. דער מענטש שווימט זיך רואיג אויף זיין ברעטל ווען מיט איינמאל קומט א כוואליע פון וואסער און ווילאנג ער האט צייט צו רעאליזירן וואס האט נארוואס פאסירט איז דער הייפיש שוין דארט מיט זיין אפענעם מויל. מענטשן וואס זענען אטאקירט געווארן שווימנדיג פריי האבן טיילמאל יא געזען דעם הייפיש קומען אבער זיי האבן גארנישט געקענט טאן ווייל דער הייפיש שווימט זייער שנעל און איז פלינקער פון אלע אנדערע פישן אין ים. א יוגנטליכער וועלכער איז אטאקירט געווארן אין 93' אין קאליפארניע האט געזאגט אז די אטאקע איז געווען אזוי שטארק אז ער האט געשפירט ווי א טראק שטופט אים אויף פאראויס.

א ברעט שווימער (סורפער) וועלכער איז אטאקירט געווארן ביי די ברעגעס פון ארעגן האט געזאגט אז ער האט גארנישט געשפירט פון פאראויס ווען מיטאיינמאל האט ער געהערט א דונערדיגן ברום און געזען די אפענע מויל און שארפע ציינער פון דעם הייפיש. דער שווימער האט זיך פלינק ארומגעדרייט מיט זיין ברעט צום הייפיש און דער הייפיש האט אים אראפגעשלעפט צוויי פיס אונטער'ן וואסער וואו ער האט געקענט הערן די גערודער ווי דאס ברעט צעקראכט זיך ווען מיטאיינמאל איז דער הייפיש אנטלאפן.

פארשער האבן דאן ערקלערט אז דער הייפיש וועט שטענדיג ערשט אטאקירן מיט א שטארקע בייס און אראפשלעפן זיין קרבן אונטער'ן אויבערפלאך וואו ער וועט אים לאזן אויסבלוטיגן צום טויט און דערנאך קומט ער צוריק צו זיין סעודה רואיגערהייט. ווען ער בייסט א מענטש וועט ער באלד רעאליזירן אז ער האט אריינגעביסן אין א נישט ריכטיגע באשעפעניש און ער וועט אים באלד אפלאזן. הייפישן וועלן זיך שטארק וואס זיי עסן און וועלן געווענליך מיטאמאל אריינבייסן אין עפעס וואס זיי טראכטן איז נישט פאר זיי.

איינע פון די גרעסטע הייפיש אטאקעס אין רעקארדירטע היסטאריע איז פארגעקומען אין 945' ווען די יאפאנעזער האבן געזונקן די יו-עס-עס אינדיאנאפאליס אינעם פאציפיק אקעאן. וויבאלד די מיסיע איז געווען א סוד האט געדויערט עטליכע טעג ביז ווילאנג די נעיווי איז געקומען צו הילף פאר די איבערלעבער. פון די איבער טויזענט וועלכע האבן איבערגעלעבט די באמבאדירונג און זונקונג זענען נאר 317 געבליבן לעבן ווען הילף איז אנגעקומען און א גרויסע טייל פון זיי זענען געשטארבן צוליב הייפיש אטאקעס וועלכע האבן זיי געביסן פרובירנדיג צו זען וואס דאס איז און די סאלדאטן האבן נישט געהאט קיין הילף און האבן אויסגעבלוטיגט צום טויט.

א צווייטע באקאנטע הייפיש אטאקע רונדע איז פארגעקומען אין ניו דזשורסי אין 916'. עס האט זיך אנגעהויבן מיט איין אטאקע און א טאג דערויף א צווייטע. עטליכע טעג דערויף האבן מענטשן געזען עטליכע הייפישן אין די מאטאוואן קריק לעיק און די גאנצע שטאט איז געווארענט געווארן נישט צו גיין אין די וואסערן. נאך עטליכע טעג אן קיין אטאקעס זענען א גרופע פון 12 יונגטליכע געגאנגן שווימען אין די לעיק 12 מייל פון דעם אקעאן און זענען אטאקירט געווארן פון א הייפיש. איין קינד און אן ערוואקסענער וואס האט אים פרובירט העלפן זענען אומגעקומען און עטליכע אנדערע זענען ערנסט פארוואונדערט געווארן.

די אטאקע האט אפגעקלינגן איבער'ן גאנצן לאנד און גרופעס פון פיש כאפער האבן געלאקערט די וואסערן און געכאפט און אומגעברענגט הונדערטער ווייסע הייפישן. אין איין הייפיש האט מען טאקע געפינען מענטשליכע טיילן אבער פארשער האבן אנגעוויזן אז די אטאקע אין די לעיק איז נישט געווען פון קיין ווייסע הייפיש נאר א באלל הייפיש וועלכע איז קיינמאל נישט געכאפט געווארן. די אויספארשער זענען געווען ביי דער מיינונג אז עפעס אינעם אקעאן האט געברענגט דערצו אז די הייפישן האבן געלאקערט אויף מענטשן אבער האבן נישט געקענט אנווייזן אויף וואס.

וואונדן פון א הייפיש אטאקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

א בייס פון א הייפיש איז ביטער. דער הייפיש קען מיט זיין בייס ארויסגעבן א קראפט פון 40,000 פונט פער יעדע אינטש וועלכע קען גרינג אראפנעמען א הענט אדער א פיס. אבער געווענליך וועט דער הייפיש ענדערש פרובירן בייסן דעם קערפער זעלבסט וועלכע קען זיין מער קאטאסטראפיש וויבאלד ער בייסט גרינג דורך פלייש, מוסקלן, און ביינער וועלכע קען שעדיגן אינערליכע ארגאנען. א מענטש וואס איז אטאקירט געווארן אין 963' אין אוסטראליע האט פארציילט אז די ביס איז געווען פון זיין לינקע אקסל ביז זיין פיס און עס האט גענומען 462 סטיטשעס אין א 4 שעה'יגע אפעראציע דאס צו פאררעכטן.

פארשער זאגן אז רוב מענטשן וואס ווערן אטאקירט פון א הייפיש שטארבן נישט פון די אטאקע זעלבסט נאר ליבערשט פון דאס בלוט אויסגיסונג. די ביסן זענען זייער גרויס און ביז ווילאנג דער קרבן באקומט הילף, אפילו אויב עס איז ביז עטליכע מינוט, וועט ער פארלירן צופיל בלוט צו קענען בלייבן לעבן.

דאקטוירים זאגן אז נאך אן אטאקע איז דאס בעסטע צו בלייבן אין וואסער ווילאנג הילף קומט אן כאטש מען האט מורא אז דער הייפיש וועט נאכאמאל קומען. זיי ווייזן אן אז ווען א מענטש ווערט אטאקירט פאלט זיין טעמפרעאטור זייער נידעריג און אויב געפינט ער זיך אין קאלט וואסער פאלט עס נאך נידעריגער און זיין גאנצע קערפער פונקציאנירט שוואך און דערפאר פארלירט ער אסאך ווייניגער בלוט ווי מען וואלט אים ווען ארויסגענומען פון וואסער.

געפארפולע וואסערן[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

עס איז אנגענומען אז רוב הייפיש אטאקעס פאסירן אין די ווארימערע טראפישע וואסערן (דער מיטעלסטער טייל פון די וועלט צווישן דרום און צפון ארום און ארום פון מזרח צו מערב) וואו רוב הייפישן שווימען דורכ'ן יאר. די מערסטע אטאקעס זענען פון די ווייסע הייפישן און די טייגער הייפישן וועלכע זענען זייער גרויס און א מענטש איז נישט צו גרויס פאר זיי און זיי האבן נישט מורא פון קיין איין באשפעניש וויבאלד זיי זענען די קעניגן אין וואסער און אלע אנדערע באשעפענישן ציטערן פון זיי. די קלענער הייפישן שווימען נידעריגער אין וואסער און קומען נישט ארויף אטאקירן און אפילו אויב יא זענען מענטשן צו גרויס פאר זיי.

עס ווערן באריכטעט צווישן 30 און 50 הייפיש אטאקעס יעדעס יאר איבער די וועלט אבער אין פאקט איז פאראן פיל מער. אין פלארידע אליינס קומען פאר צווישן 10 און 37 אטאקעס יעדעס יאר זינט 990'. רוב אטאקעס פאסירן עטליכע הונדערט פיס פון די ים ברעגעס וואו די הייפישן שווימען דורך נאכאנאנד. אן אטאקע נעבן די יבשה פאסירט זעלטן און ווען יא איז דאס אן אנדערע סארט הייפיש וועלכע ווערט גערופן די באלל הייפיש וועלכע איז זייער גרויס און שווימט געווענליך נאר אין נידעריגע וואסער. פארשער זאגן אז די הייפישן זענען נישט געווארן מער געפארפול אין די לעצטע יארן נאר וויבאלד מער מענטשן מאכן אקטיוויטעטן אויף די וואסערן איז פאראן מער אטאקעס.

רעגירונגן מעסטן די וואסערן פאר שווימער לויט וויפיל הייפישן עס דרייען זיך דארט. אין געוויסע פלעצער דרייען זיך מער הייפישן און אין געוויסע ווייניגער און דאס איז געוואנדן לויט וויפיל פון זייערע קרבנות עס שווימען דארט. א וואסער וועלכע פארמאגט אסאך ים לייבן איז פיל מיט ווייסע הייפישן וויבאלד זיי לאקערן דארט.

הייפישן האבן זיך געווענליך געגענטער וואו זיי דרייען זיך אבער זיי גייען אסאך ארויס פון זייערע רוטינע וועגן וויבאלד זיי האבן נישט מורא פון קיינעם און קענען שנעל צוריקשווימען. די באלל הייפיש איז די איינציגסטע הייפיש וועלכע שווימט אריין אויך אין לעיקס און טייכן ווייל ער לעכצט נאך פרישע וואסער און ווי געזאגט גלייכט ער צו שווימען אין נידעריגע וואסערן. אנדערע הייפישן וועלן קיינמאל נישט ארויסשווימען פון די אקעאנען.

עצות קעגן א הייפיש אטאקע[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

סייענטיסטן זאגן אז אן איינצעלע הייפיש וועט קיינמאל נישט אטאקירן ווען עס זענען פאראן מערערע מענטשן אין וואסער. אבער א גרופע הייפישן אינאיינעם נוצן אנדערע טאקטיקן און זיי וועלן נישט מורא האבן. אבער א גרופע הייפישן וועלן קיינמאל נישט קומען נאנט צו די יבשה. די בעסטע עצה איז נישט צו גיין אליינס אין וואסער.

הייפיש אטאקעס קומען פאר יעדן זומער אבער די שאנסן צו ווערן אטאקירט פון א הייפיש איז קלענער ווי צו ווערן געטראפן פון א בליץ. יעדער קען געטראפן ווערן פון א בליץ אבער נאר דער וואס שווימט אין וואסער קען אטאקירט ווערן פון א הייפיש. איינער וואס גייט נישט אין וואסער האט זערא שאנסן צו ווערן אטאקירט און איינער וואס שווימט יעדן טאג האט גרויסע שאנסן צו ווערן אטאקירט. אבער נאך אלץ האט יענער מער שאנסן צו שטארבן אין א קאר עקסידענט ווי צו ווערן אטאקירט דורך א הייפיש.

פאר די וואס גייען יא שווימען אין וואסער זענען פאראן עטליכע עצות:

  • נישט שווימען ווען די זון שיינט אויף אדער גייט אונטער ווייל דעמאלט איז דער צייט ווען הייפישן לאקערן נאך זייערע קרבנות.
  • שווימען נאר אין ריינע קלארע וואסער. ווי שמוציגער דאס וואסער איז אלס גרעסער זענען די שאנסן אז א הייפיש זאל פארטוישן דעם מענטש פאר זיין קרבן.
  • אויב מען האט א וואונד פון וועלכע עס קומט בלוט זאל מען נישט גיין אין וואסער וויבאלד הייפישן דערשמעקן א טראפן בלוט פון מיילן אוועק.
  • נישט שווימען מיט אויפרייסערישע קאלירן קליידונג. שטארקע קאלירן צעמישט דעם הייפיש און ער וועט פרובירן אויב דאס איז א קרבן.
  • ניטש שווימען מיט צירונג אדער א זייגער. ווען די זון שיינט דערויף שפיגעלט עס אפ און א הייפיש באמערקט דאס שנעל און קומט קוקן וואס דאס איז.
  • אויב מען איז אין וואסער און מען באמערקט אז די פיש לויפן אוועק איז צייט זיי נאכצוטאן ווייל עס איז זייער מעגליך אז א הייפיש איז דערנעבן.
  • מען זאל שווימען רואיג און נישט קלאפן מיט די הענט און פיס צופיל. אויב מען מאכט צופיל ווילדע באוועגונגן קען דאס א הייפיש אויסטייטשן אלס א פארוואונדעטע פיש צו וועלכע ער וועט זיך באלד צוכאפן.

די איינציגסטע עצה ווען א הייפיש איז שוין דערנעבן איז צו שטיין גלייכגילטיג און זיך נישט רירן. עס איז א שווערע זאך וויבאלד דעם מענטש'ס מוח הייסט אנטלויפן אבער ווען מען ווייסט אז אנטלויפן וועט סייווי נישט העלפן (קיינער האט נאך נישט באוויזן צו אנטלויפן פון אן אטאקירנדיגע הייפיש) איז יא מעגליך דאס דורכצופירן. געלערנטע שווימער און הייפיש שטודירער נוצן דעם טעכניק שטענדיג און זאגן אז דאס ארבעט זייער גוט.

אויב שטיין גלייכגילטיג העלפט נישט און דער הייפיש דערנענטערט זיך דארף מען קעמפן מיט זיי און דאס איז דער איינציגסטער מיטל וואס האט געראטעוועט אסאך אטאקירטע אין די פארגאנגנהייט. מען דארף שלאגן און שטויסן און דאס וועט זיי איבערצייגן אז דאס איז נישט קיין דורכשניטליכער קרבן און זיי וועלן אפטראגן. סייענטיסטן זאגן אז הייפישן זענען נישט גרייט צו כאפן און אויב זיי שפירן זיך אטאקירט וועלן זיי איבערלאזן דעם קרבן. זיי ווייזן אן אז די אויגן איז דאס מערסטע סענסיטיוו און אויב עס געלונגט צו אטאקירן אין זיינע אויגן וועט ער באלד אפטראגן.

זע אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]