האלדזן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
2 צוויי מענטשן האלדזן זיך

האלדזן אדער זיך ארומנעמען איז דער אויסדרוק פון ליבע, פריינטשאפט, נאנטשאפט, שעצונג אדער אפילו נאר צו מחזק זיין אדער טרייסטן איינעם. עס איז פון איין הארץ צום צווייטען הארץ אזא איבערגוס און בוסט פון געפיל, פון איין מענטש צום צווייטען. מען לייגט ארום איין אדער ביידע הענט ארום דעם קערפער פון אנדערן, און מען איז פנים צום פנים קערפער צום קערפער באהאפטען מיט צאמגעבינדענקייט. ווי לענגער און שטערקער דאס האלט אן אלס מער טיפער מיינט דאס אויסצדרוקן די געפילן.

דאס מאכט מען געווענליך וועט מען זעט א גוטן חבר נאך לאנגע צייט אפשניט צום ערשטן מאל, אזא ענטוזיאזים עקפאוזשען פון ליבע.

אסאך מנובלים טוען דאס אימגעבעטן און איבער די מאס וואס דאן איז דאס א סעקסואל באלעטיגונג און מען קען ווערן באשטראפט.

אידישקייט[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

אין תנ"ך זעט מען דאס פילע מאל ביי משפחה ברודער אדער קאזין'ס וואס מ'האט זיך נישט געזען א לאנגע צייט, צווישן לבן הארמי און יעקב. (בראשית כ"ט י"ג). צווישן יעקב און עשו. (בראשית ל"ג ד'). יעקב קושט און נעמט אורם זיינע איינקליך, מנשה און אפרים, ווען יוסף ברענגט זיי בעפאר אים. (בראשית מ"ח י') אלס א מער פארנאגראפישער אויסדרוק טרעמפן מיר אין שיר השירים צוויי מאל: "שְׂמֹאלוֹ תַּחַת רֹאשִׁי וִימִינוֹ תְּחַבְּקֵנִי." (שיה"ר ב' ו', ח' ג')

על פי הלכה איז דא א איסור פון חיבוק אין די ימי טהרה. אויך אויף א פרעמדע מיידל און פרוי איז דאס נישט אויסגעהאלטן משום צניעות און אין ביי יידיש רעדנדע חסידים, טראץ וואס זיי זענען מער ווארעם ווי אנדערע, איז דאס נישט אנגענומען ווארשיינליך צוליב דעם וואס דאס ווערט פארעכענט ווי א אינטימער רור, וואס קען ערוועקן האמאוסעקסואלע געפילען וואס קען ווערן אויפגעהייטערט ארויס פון קאנטראל און ציען צו עבירה פון מוציא זרע לבטלה זיין.

זעט אויך[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

וועבלינקען[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

Commons-logo.svg
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: האלדזן