האדיטש

פֿון װיקיפּעדיע
האַדיטש
Гадяч
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
גרינדונג דאַטע 1643
קאָאָרדינאַטן 50°22′N 34°00′E / 50.367°N 34.000°E / 50.367; 34.000קאארדינאטן: 50°22′N 34°00′E / 50.367°N 34.000°E / 50.367; 34.000
אבלאסט פאלטאווער גובערניע
בירגערמייסטער טעטעיאנא סאווטשענקא
שטח 17.78 קוואדראט ק"מ
הייך 132 מעטער

 ‑ אין שטאָט
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

22,267‏  (שטייענדיג 2002)
1,400 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2
gadiach.osp-ua.info

האַדיטש, (אוקראיניש: Гадяч גאַדיאַטש; רוסיש: Га́дяч; פּויליש: Hadziacz) איז א שטאט אין דעם פאלטאווער אבלאסט, אוקראינע. זיין באפעלקערונג איז געווען 24,196 באוואוינערס אין 2013.

געאגראפיע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

האדיטש געפינט זיך אויף דעם פסעל טייך, און איז 98 ק״מ אויף צפון-זייט פון פאלטאווע.

היסטאריע[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די בראשית-יארן פון האדיטש זענען נישט פונקטליך געוואוסט, אבער די שטאט ווערט דערמאנט אין א דאקומענט פונעם יאר 1634. אין דער מלחמה צווישן שוועדן און רוסלאנד אין דעם 18טן יארהונדערט, איז האדיטש געווען אונטער דער שוועדישער הערשאפט אין 1709 און א שפיטאל איז געשאפן געווארן. שפעטער, איז די שטאט געווארן א טייל פון רוסלאנד אין 1713.

אין 1897, איז די באפעלקערונג פון האדיטש געווען 7,721 באוואוינערס. די אוקראינישע זענען געווען דער מערטייל מיט 72.85% פון דער באפעלקערונג, נעקסט אידן מיט 24% און רוסן מיט 2.6%. עס איז געווען דא צוויי פאגראמן אין 1905 און 1919. אין דער צוויטער וועלט מלחמה, די נאציס זענען געקומען קיין האדיטש דעם 27סטן סעפטעמבער 1941. די אידן זענען אומגעקומען על קידוש השם דעם 9טן יאנואר 1942.

אין היינטיגע טעג קומען יעדן יאר אין דער שטאט פיל יידן מחמת דעם אלטען יידישן בית-עלמין, דארט איז דער קבר פון הרב הקדוש שניאור זלמן פון לאדי, דער ערשטער רבי פון חב"ד חסידות.