דריווש דער ערשטער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דריווש דער ערשטער, (558 פאר די נוצרישע ציילונג - 486 פאר די נוצרישע ציילונג), האט איבער גענומען די פרסיש'ע אימפעריע נאך דעם וואס זיין זיידע כורש דער גרויסער איז געשטארבען. ער האט געקעניגט פון 521 ביז צו זיין טויט אין 486 פארן נוצרישען ציילונג, ער איז געווען א זון פון פון היסטספס, ער האט איבער גענומען די מלוכה אין א קורצע געפעכט נאכן טויט פון כנבוזי דער צווייטער.

נאכדעם וואס כנבוזי דער צווייטער האט איינגענומען מצרים האט דריווש געארבייט אונצוהאלטען און פארשטארקען די פאסיש'ע הערשאפט אויף יענע געגענט, און האט שיין מצליח געווען, ער האט אויך פארבירט אריינצודרינגען און איינעמען אייראפעאישע לענדער אזוי ווי יוון, אבער ער איז געווארען באזיגט דארט און איז געווען געצוואונגען אפצוטרעטען.

אזוי ווי זיינע פארסיש'ע פארגייער האט ער אויך געשטיצט פרייהייט פון רעליגיע און קולטער, און אינטער זיין הערשטאפט האבן די אידען אנגעהויבן דאס אויפבויען די צווייטע בית המקדש. וואס ער האט געטאן אויפן ראט פון חנניה, וועלכער איז געווען דער שר המשקים ביים קעניג.

עס האט נישט גענומען לאנג און די שמרונים האבן אנגערעדט שלעכטס אז די אידן אין ארץ ישראל זענען מורד אין אים, האט ער ארויסגעגעבן א באפעל אפצושטעלן דאס בויען.

נאך אים האט איבערגענומען חשיארש דער ערשטער, וועלעכע טייל פארשער באצייכענען אלס אחשורוש פון מגילת אסתר.

אויף זיין מציבה שטייט:
"איך בין א פרסי דער זון פון א פרסי א דערהויבענער הער צווישן די דערהויבענע הערן".