דער ניו יארקער

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
דער ניו יאאקער'ס ערשטע דעקל, וועלכער ווערט איבער געדריקט רוב יארן אויף דער מאגאזינ'ס אניווערסערי

דער ניו יארקער איז אן אמעריקאנער מאגאזין וואס דריקט נייעס ארטיקלען, בוך און פילם רעצענזיעס, מיינונגען, פאליטישע אנאליזיס, קארטונס, פאעזיע, און פיקציע.

דער קוואליטעט פון די שרייב ארבייט אין דער ניו יארקער איז פון די העכסע און מערסט רעספעקטירטע אין אמעריקע. עס האט דערפאר פילע ליינער אויך פון אויסער ניו יארק.

דער ניו יארקער האט זיך אנגעהויבן אין 1925 דורך האראלד רוס און זיין ווייב דזעין גרענט, א ניו יארק טיימס רעפארטער. דער ציל איז געווען צו שאפן א סאפיסטיקירטער הומאר מאגאזין מער געצילט פאר'ן מיטל-אויבערשטער קלאס געזעלשאפט. מיט די צייט האט דער מאגאזין זיך ערוואנדן א נאמען אלץ אן ערנסטער פורום פאר זשורנאליזם און ליטערארישע פיקציע.

דער מאגאזין ווערט היינט געדרוקט דורך דער קאנדע נאסט קארפארעישען, די דריקער פון די מאגאזינען וואוג, דזי-קיו, וועניטי פעיר, און נאך פאפולערע מאגאזינען.