דענענבורג

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דענענבורג אדער דינאבורג (לעטיש: Daugavpils דאַוּגאַוופִּילס; ליטוויש: Daugpilis; פויליש: Dyneburg; רוסיש: Да́угавпилс) איז די צווייטע גרעסטע שטאט אין לעטלאנד. די שטאט געפינט זיך 230 ק"מ דרום-מזרח פון ריגע אויף די ברעגן פון דעם דאגאווא טייך. די באפעלקערונג איז 105,000 (2009) . צווישן די איינוואוניער זענען 52% רוסישע , 18% לעטישע, און 15% פוילישע. די שטאט האט היינט א קליינע יידישע קהילה פון 492 מענטשן.

לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז די באפעלקערונג פון דער שטאט געווען 69,700, צווישן זיי 32,400 יידן (44%).


אינהאַלט

[באַאַרבעטן] היסטאריע

אַלטע דינאַבורג איז געגרינדעט דורך דער שווערד אויף דעם מערב דווינע טייך, 19 קילאמעטער העכער אויפן טייך פון דער היינטיגער שטאָט. דער דינאבורגער שלאָס ווערט ערשט דערמאנט אין 1275.


אין 1558 האָט אנגעהויבן די ליוואָנישע מלחמה און אין 1561 איז די שטאט געווארן א טייל פונעם פויליש־ליטווישן קאמאנוועלט. אין 1571 האט דער רוסישער צאר איוואן דער שרעקלעכער איינגענומען און פארטיליקט דעם דינאבורגער שלאס.

פון 1784 האט די שטאט געהאט א גרויסע און טעטיקע יידישע באפעלקערונג.[1] לויטן רוסישן צענזוס פון 1897, איז צווישן א באפעלקערונג אין דער שטאט פון 69,700, זענען געווען 32,400 יידישער איינוואוינער (אומגעפער 44%).[2]


דעם 14טן יאנואר 1893 האט דער רוסישער צאר אלעקסאנדער דער דריטער פארארדערנט צו ענדערן דעם נאמען פון דער שטאט אויף דווינסק.


אין 1914 מיט אַ באַפעלקערונג פון 112,837 מענטשן, איז דווינסק געווען די גרעסטע שטאָט פון וויטעבסק.


אין דעם רוסישן צענזוס פון 1970 האט מען געציילט אין דענענבורג 100,600 מענטשן.

[באַאַרבעטן] בארימטע איינוואוינער פון דענענבורג

[באַאַרבעטן] רעפערענצן

  1. יידישע משפחות פון דווינסק. jewishgen.org. דערגרייכט דעם 2008-07-12.
  2. Joshua D. Zimmerman, Poles, Jews, and the politics of nationality, Univ of Wisconsin Press, 2004, ISBN 0-299-19464-7, Google Print, p.16

[באַאַרבעטן] וועבלינקען

קאארדינאטן: 55°53′N 26°32′E / 55.883, 26.533

פערזענלעכע געצייג

װאַריאַנטן
נאָמענטיילן
אַקציעס
נאַוויגאַציע
צוזאַמענאַרבעט
געצייג קאסטן
אין אַנדערע שפראַכן