שמואל ניגער

פֿון װיקיפּעדיע
שמואל ניגער
געבורט 15 יוני 1883
בעלארוס רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 24 דעצעמבער 1955 (אלט 72)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה רוסלענדישע אימפעריע, רוסישע סאוועטן פעדעראטיווע סאציאליסטישע רעפובליק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך ליטעראַטור-קריטיק, שרייבער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

שמואל ניגער (פאַמיליע־נאָמען "טשאַרני"); געבוירן 1883 אין רוסלאַנד (מינסקער געגנט); שריפטשטעלער, ליטעראטור־קריטיקער, פּובליציסט; געלעבט אַ לענגערע צייט אין װילנע; זינט 1919 אין ניו־יאָרק; מיטאַרבעטער אין "טאָג"; רעדאַקטאָר פון אַ ריי זשורנאַלן ("די יידישע וועלט", "די נייע וועלט" אין ווילנע און אַנדערע צייט־שריפטן); געשריבן הונדערטער גרעסערע און קלענערע אָפּהאַנדלונגען איבער דעם גרעסטן טייל ידישע שריפטשעלער; פּרטים אין רייזנ'ס "ליקסיקאָן". ניגער איז געשטאָרבן 1955.

ווערק[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]

די צוויישפראכיקייט פון אונדזער ליטעראטור איז א יודיש בוך געשריבן דורך ניגער און ארויסגעגעבן פון לואיס לאמעד פאנד פאר אונדזער ליטראטור אין ביידע שפראכן אין דעטרויט, מישיגען אין יאר 1941.

דער בוך ברענגט ארויס אז דאס יודישע פאלק האט א לאנגע היסטאריע פון ביילינגוואליזם פון העברעאיש זייט בי זייט מיט נאך א שפראך. ער שטעלט זיך ארויס קעגן די עקסטרעמע באוועגונגען פון יידישיסטן און העברעיאיסטן, בא די שפראכן קריג, וועלכע ביידע פרעדיגן אויף מאניזם אין זייער שפראך.

ער באשרייבט אויך די היסטאריע פון צוויישפראכיקייט ביי אנדערע פעלקער, ווי: איטאליענער, גריכן, כינעזער און ארמענער.

דאן גייט ער דורך די היסטאריע פון יודישע ליטעראטור, אנגעהויבן פון אראמיש אין די משנה און גמרא ביז די געהעריגע אויפלעבונג פון יודיש.

דאס בוך אנטהאלט פערצן קאפיטלען אין הונדערט-זעקס-און-פערציג זייטן, געדרוקט אין ניו יארק אין צוויי טויזנט עקזעמפלארן.

קוואלן[רעדאַקטירן | רעדאַקטירן קוואַלטעקסט]