די ביטלס

פֿון װיקיפּעדיע
(אַריבערגעפֿירט פון די ביטעלס)
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
(לינקס צו רעכטס) פאל מעקארטני, רינגא סטאר (אינטערוויילעכץ), דזשארדזש העריסאן, און דזשאן לענאן ביי אן אויפטריט.

די ביטלס זענען געווען אן ענגלישער ראק בענד פון ליווערפול וואס אירע מיטגלידער זענען געווען דזשאן לענאן, פאול מעקארטני, דזשארדזש העריסאן, און רינגא סטאר. זיי זענען צווישן די מערסטע קאמערציאנאלע הצלחה'דיגסטע און באקאנטסטע בענדס אין די היסטאריע פון פאפולער מוזיק.

די ביטלס זענען די בעסט סעלינג מוזיקאלישער אקט פון אלע צייטן אין אמעריקע זינט איר גרינדונג, לויטן רעקארדינג אינדאסטריע אסאסיאציע פון אמעריקע, וואס סערטעפירט זיי אלס דאס העכסטע אויספארקויף'טער בענד פון אלע צייטן, באזירט אויף אמעריקאנע סעילס פון סינגלס און אלבום'ס.

אין בריטאניע האבן די ביטלס ארויסגעגעבן מער פון 40 סארטן סינגלס, אלבאמען וואס האבן דערגרייכט נומער 1 אויפן מארק טאפ רעליסעס.

די קאמערציאלער הצלחה האט זיך איבערגעחאזערט דורכאויס און איבער די גארער וועלט און פיל לענדער און פעלקער: זייער רעקארד קאמפאני אי.עם.איי., האבן אפגעשאצט אז אין 1985 האבן זיי שוין אויספארקויפט איבער א ביליאן דיסק און טעיפ קאפיס פון זייערע ניגונים איבער די וועלט.

אום 2004, האט ראלינג סטאן מאגאזין זיי געלייגט אין ראנג אלס #1 אויפן שפיץ פון זייער ליסטע פון די 100 גרעסטע ארטיסטן פון אלע צייטן. לויט דעם זעלבן מאגאזין, האט זייער אייגענארטיגער שאפענדער מוזיק און קולטור'ליכער אימפאקט געהאלפן דעפענירן די 1960'ער יארן, און איר איינפלוס אויף פאפ קאלטור קען זיך נאכאלטס שפירן היינט צוטאגס.