דיעגא בעלאזקעז
פֿון װיקיפּעדיע
דיעגא ראדריגעז דע סילוואַ אי בעלאַזקעז (שפאניש: Diego Rodríguez de Silva y Velázquez; 6טן יוני, 1599 – 6טן אויגוסט, 1660) איז געווען א שפאנישער מאלער וואס איז געווען דער פירנדיקער קינסטלער אינעם הויף פונעם מלך פיליפ דער פערטער. ער איז געווען א קינסטלער פון דער באראקער תקופה, וויכטיק פאר זיינע פארטרעטן.
יונגע יארן [באַאַרבעטן]
געבורטס פלאץ פון בעלאזקעז אין סעוויל
דיעגא בעלאזקעז איז געבוירן געווארן אין סעוויל, אנדאלוסיע, שפאניע, דאס ערשטע קינד פון יאאַא ראדריגעז דע סילוואַ און זשעראנימא בעלאזקעז.