די וואך

פֿון װיקיפּעדיע

די וואך איז א וועכנטליכע מאגאזין וועלכע ערשיינט יעדע וואך אויף דער אידישער שפראך.

דער מאגאזין אנטהאלט אין זיך 3 אפטיילונגען, בילדער, שריפט מאגאזין, און קינדער שריפט מאגאזין.

דער מאגאזין איז פאפולער ביים חרדיש אידיש־רעדנדן ציבור צוליב וואס די רעדאקציע לייגט געוויכט אויף די כשרות און פרומקייט פון דער אויסגאבע, און דערפאר ווערט עס געקויפט אפי' דורך די פרומע שיכט פון אידן וועלכע נעמען נישט אריין קיין אלגעמיינע ליין מאטעריאל. די אויסגאבע פארמאגט אויך א הכשר פון הרב יואל יצחק שטערן, דומ"ץ דינוב קרית יואל.

אין א חידוש פון דעם גרינדער הערשל רובינשטיין, טוט די וואך רעגלמעסיג פובליצירן בילדער פון עמך אידן, ווי ביי דער ארבעט, ביים גרייטן זיך צו א יו"ט, אדער ווי עמך-אידן רוען זיך אויס אין קעמפ אדער מיאמי. היינט ווערט דאס שוין נאכגעמאכט דורך פילע אנדערע אויסגאבעס.

אום פרשת משפטים תשע"ט האבן זיי צעטיילט זייער מאגאזין אין צוויי, די ערשטע טייל איז די געווענליכע אויסגאבע מיט בילדער פון רבי'שע הויפן און נייעס, און דאס צווייטע ביכל האבן זיי א נאמען געגעבן די וואך אין שריפט, וואס אנטהאלט צענדליגער וועכנטליכע רובריקן, אינטערוויוס און ארטיקלען געשריבן דורך פילע שרייבער.

א שטיק צייט דערויף האבן זיי צוגעלייגט א אויסגאבע פאר קינדער מיטן נאמען 'קינדער שריפט' מיט רייכע ארטיקלען פאר קינדער.