דזשיימס קלארק מאקסוועל
פֿון װיקיפּעדיע
דזשיימס קלאַרק מאַקסוועל (ענגליש: James Clerk Maxwell; 13טן יוני 1831 – 5טן נאוועמבער 1879) איז געווען א סקאטישער[1] פיזיקער און מאטעמאטיקער. ער האט פארמולירט די קלאסישע עלעקטראמאגנעטישע טעאריע, וואס האט פאראייניגט אלע עקספערימענטן און גלייכונגען פון עלעקטריע, מאגנעטיזם און אפטיק אין איין טעאריע.[2] מאקסוועלס גלייכונגען האבן באוויזן אז עלעקטריע, מאגנעטיזם און ליכט זענען אלע מאניפעסטאציעס פון איין פענאמען, ד"ה דאס עלעקטראמאגנעטישע פעלד.
רעפערענצן [באַאַרבעטן]
- ↑ Scottish mathematician and physicist. Encyclopædia Britannica. דערגרייכט דעם 24 February 2010.
- ↑ Electromagnetism, Maxwell’s Equations, and Microwaves. IEEE Virtual Museum (2008). דערגרייכט דעם 2008-06-02.