דזשיבעריש

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דזשיבעריש (ענגליש: Gibberish) אדער טאָטעריש איז א טערמין וואס מען באצייכנט א קאמבינאציע פון ווערטער וועלכע קוקט אויס ווי אויטענטיש אבער אין פאקט זאגט עס גארנישט, און אויך דער רעדנער אדער שרייבער זעלבסט פארשטייט עס נישט. (וו.צ.ב.ש. מילעם אויבנעראלע באשלעגולווילציע אומקעראציע).

א באוואוסטער פאל פון דזשיבעריש אין ליטעראטור איז די דיכטונג "דזשאבערוואקי" (Jabberwocky) פון לואיס קאראל.

צומאל קען מען זען טעקסט וועלכע קוקט אויס ווי דזשיבריש, אבער אין פאקט איז דאס א קאד שפראך, וועלכע די מבינים ווייסן זייער גוט די באדייט.

ווען מען באניצט זיך מיט דעם ווארט דזשיבעריש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

צומאל ווערט דאס ווארט דזשיבריש באניצט אלץ א שפאט ווארט אויף א שפראך וועלכע דארף אויסצוקוקען הויך און פראפעסיאנאל, און איז באפיצט מיט אומפארשטענדליכע און אומגעווענליכע ווערטער, כדי צו שאפן א פראפעסיאנאלע רושם אויף די ליינער אדער הערער.

אויך ווערט דאס ווארט דזשיבעריש באנוצט צו באצייכענען אן עראר אין עלאקטאראנישע טעקסט וועלכע מען זעט אויסגעדרייט אדער מיט אומבאוואוסטער קאדס און כאראקטערס, למשל ¥ § ¢ © , וועלכע קומט פון דעם וואס דער שרייבער און דער ליינער האבן נישט די זעלבע קאודינג סיסטעם. אבער אין אסאך פעלער קען מען ליינען די טעקסט דורך טוישן די קאד.

טשארלי טשעפלין איז געווען באקאנט אלץ א שפילער וועלכער האט געקענט גוט רעדן דזשיבירש. אינעם פילם "די גוטע דיקטאטור" The Great Dictator מאכט ער חוזק פון די דייטשע פירער מיט זייערע הויך שפיציגע רציחותדיגע שפראך, ער רעדט דארט אין דזשיבריש וועלכע טרייבט ליצנות פון די דרשות פונעם צורר היהודים היטלער. אין זיין "דעמאקראטיע שטונק" רעדע ערקלערט ער זיין אידעאלאגיע מיטן דויטשן אקצענט "דעמאקראטיע - שטינק, פריי שפרעכן - שטינק". דער איבערטייטשער טייטשט עס איבער אין ענגליש: דער פוי האלט אז דעמאקראטיע איז מיאוס, דער פוי פארמיאוסט דאס פרייהייט פון ווארט".

דאס ווארט דזשיבעריש[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]

דאס ווארט קומט פון דעם ענגלישן ווארט gibber וואס עס מיינט פלאפלען. אדער פון דער אראבישע שרייבער דזשעבאר בראחיאן جَابِر بِن حَيَّان, אדער ווי מען פלעגט אים רופן אין לאטייניש Geber, וועלכע פלעגט שרייבן זיינע ביכער מיט א אומפארשטענדליכער שפראך.

לינקס[באַאַרבעטן | רעדאקטירן מקור]