דזשאן מעקעין

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
זשאן מעקעין

דזשאן מעקעין איז דער סענאטאר פון אריזאנע. ער איז א רעפובליקאנער. ער איז געווען דער רעפובליקאנער קאנדידאט פאר די אמעריקאנער פרעזידענט וואלן 2008. זיין ווייב איז סידני מעקעין. זיי האבן קינדער, אבער זי האט אויך אדאפירט א שווארץ קינד, פון אזיע.

זיין מיטלויפער אלס ווייס פרעזידענט איז געווען סארא פעלין.

ער איז געלאפן פאר רעפובליקאנער פרעזידענט קאנדידאט קעגן זשארדזש בוש אין 2004, אבער ער האט פארלוירן אין די פריימעריס. עס האט דעמאלטס געמאכט א רוגזה צווישן מעקין און בוש. ביי די לעצטע פריימעריס האט ער געהאט עטליכע קעגענער ווי מייק הוקאבי, רודאלף זשוליאני, מיט ראמני, אבער ער איז זיי אלע בייגעקומען. ווען ער האט געוואנען די נאמינאציע האט איהם פרעזידענט דזשארדזש בוש אינדארסט פאר פרעזידענט. אזוי ווי בוש איז דאן נישט געווען זיין פאפולער ביי די מאסען האט זיך בוש געווערטעלט פאר די פרעסע: איך וועל אלעס טועהן אז מעקעין זאל זיין פרעזידענט אפילו ער וויל איך זאל "נישט" ארבייטן פאר איהם, וועל איך עס טוהן...

ער האט געהאט הויט קענסער זייענדיג אויסגעשטעלט צו די זון פון די מדבר אין אריזאנע.

זשאן מקעין איז געווען א פילאט אין דער מלחמה פון וויעטנאם, און א שטיק צייט איז ער געווען געפאנגען ביי די וויעטנאמער אלס מלחמה געפאנגענער, ווען מען האט די וויעטנאמער האבן אראפ געשאסן זיין פליגער, און ער האט שטארק געליטן און וויעטנאם אזוי ווי אנדערער געפאנגענע, ער איז געווען איינגעשפארט אין א צעל וואס איז פיר פיס אויף צוויי פיס, זיינע הענט און פיס זענען געווען צוזאמעם געקוועטש פאר רוב טאג, מען האט איהם ארויס געלאזט נאר פאר צוויי דריי שעה אויף די לופט, ער ליידט נאך דערפון ביזן היינטיגן טאג, זיי לינקע ארעם קען ער נישט אויפהייבן העכער זיין קאפ, וועגען דעם ווערט ער באטראכט אלס אן אמעריקאנער העלד. עס ווערט פארציילט אז די וויטנאמער האבן איהם צוגעזאגט מען וועט איהם גרינגער מאכן זיין תפיסה אויב ער וועט פארציילט די סודות וואס ער ווייסט פון מיליטער אבער ער האט זיך נישט געבראכען. זיין טאטע איז געווען א גענאראל פון די פילאטן וואס פירן באמבעס, און ער זעלבסט האט פארציילט אז זיין טאטע האט געמוזט אפמאכן אז מען זאל באמבאדירן די געגענט ווי ער איז געווען פארשפארט אין תפיסה, און כאטש זיין טאטע האט געטראכט אפשר איז ער דארט האט דאך געקוקט די אינטערעסין פון זיין היימלאנד אמעריקא און נישט די פריוואטע אינטערעסן פון זיין זוהן.

ער איז דערנאך געלאפן פאר סענאטער און אריזאנע און האט געוואוינען יאהרן לאנג דעם זיץ, ער איז אלט צוויי און זיבעציג יאהר, און אויב ער וואלט געווינען וואלט ער געווען דער עלטסטער פרעזידנעט אין די געשכיטע פון אמעריקא.

ער ווערט באטראכט אלס מעסיג, ספעציעל ווען עס קומט צו אינערליכע טעמעס ווי געלאבאלע אנווארומונג, ווער עס זאל זיין א אמעריקאנער סיטיזעם, און טעמעס אויף ענערגיע, און דעריבער גלייכט איהם די אמעריקאנער פרעס און אויך אסאך אינדיעפנדען וויילער וואס געהערן נישט צו קיין שום פארטיי. אויך איז ער נישט אזוי בייסיג און שטרענג ווי אסאך רעפובליקאנער, אבער זיינע קעגענר זאגן אז שטילערהייט מיט זיין ווייך קול שניידט ער ביז צום זיבעטען ריפ... אזוי ווי ער האט געטועהן מיט זיין פאליטישער קעגענער מיט ראמני ביי די פריימעריס.

פון די אנדערע זייט די קאנסערוואטיזם פון די אמעריקאנער גלייכן איהם נישט, ווייל ער איז צו מעסיג פאר זיי, אזעלכע ווי ראש לימבאו און דער אידישער קאנסעוואטיווער מארק לעווין, רייסן איהם אראפ טעגליך, זיי זאגן אז ער וועט מוזען שטארק ארבייטן איבערצייגן אז ער איז גענוג קאנסערוואטיוו.