דוד ווערדיגער
פֿון װיקיפּעדיע
ר' אלתר דוד יצחק ווערדיגער (באוואוסט אויף דער וועלט אלץ דוד ווערדיגער) א זינגער און א חזן. ער איז געבוירן אין קראקע און איז א גערער חסיד. פארן צווייטן וועלט קריג פלעג ער זינגען יום טוב אין דער קאפעלע ביים גערער רבי'ן, דעם אמרי אמת.
ער איז דער פאטער פון דעם זינגער מרדכי בן דוד.
ער האט ארויסגעגעבן די ערטשע חסידישע פלאטעס וואו ער זינגט דעם סקולענער רבי'נס ניגונים (צוויי אלבאמען), באבאווער ניגונים, באיאנער ניגונים, מעליצער ניגונים, סאטמארער ניגונים, און גערער ניגונים פון יעקב תלמוד (3 אלבאמען).