דאקטער ספעציאליסט

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דאקטער ספעציאליסט, אין דעם פעלד פון דאקטעריי איז פארהאן צוויי שטאפלען, איינס וואס ווערט אנגערופן אויף די ענגלישע שפראך מיט די בוכשטאבן פי סי פי, וואס איז דער אקראנים פאר פ'ריימערי ק'עיר פ'ראקטישאנער, וואס ער דארף זיך אויסקענען מיטן גאנצן געשטעל פונעם מענטשן אין אלע הינזיכטן אבער ער קען נישט יעדע פאך באזונדער

דערנאך איז פארהאן א העכערער שטאפל דאס איז א דאקטער וואס אין געווענליכע פעלער ווען א מענטש דארף דיאגנאזירט ווערן זעהט ער נישט דעם מענטש, ער זעהט איהם ערשט ווען דער פי סי פי האט אונטערזוכט דעם מענטש און ער האט באשלאסן אז צוליב די און די סיבה דארף דער מענטש אנקומען צו ספעציאליסט צ.ב.ש. פון הארץ דאקטעריי, דאן געט ער איהם א רעקאמענדאציע בריוול (אויף ענגליש רעפוירל) אז ער זאל גיין צו דעם און דעם לאמיר זאגן הארץ דאקטער (אויף ענגליש קארדיאלידזשיסט) וואס ער וועט איהם באהאנדלען פאר דעם און דעם ענין און ער וועט דורכפירן געוויסע פראצעדורן [אויב מעגליך] אויסצוהיילן אדער אוועק צו שטעלן דעם מענטש