דאמבאוי

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן
Dumbo scene crop2.jpg

דאמבוי איז גאר א טייערער שיינער געגנט אין ברוקלין. ר"ת, פון ד'און א'נדער מ'אנהעטן ב'ריזש א'ווערפעס.

עס ליגט ביים עק ברוקלין ביים וואסער צווישן און צופיסענס פון די צוויי לעגאנדארע בריקן, די מאנהעטן און ברוקלין בריזשעס. ס'איז אמאל געווען א אינדוסטריאלער געגענט, אבער ארטיסטען האבן זיך אריינגעצויגן אין די אמאליגע פאבריקן און טראנספארמירט דעם געגענט צו א טייערע מאדערענער קווארטאל, פון די דריי גרעסטע אונטערנעמער וואס האבן אינוועסטירט דאס צו מאכן טייער זענען צוויי פרומע ארטאדאקסישע עשירים, דזשאזש גוטמאן און ישעי' בוימלגרין.

עס פארמאגט אן אויגן פארכאפענדער וויאו פון די מאנהעטן הימל ספערע. און די גאסן זענען אלטמאדיש, מיט ציגל אויסגעלייגט פאר פערד און וואגן, רענט איז דארטן די טייערסטע אין גאנץ ברוקלין און די קולות פון די טראפיק און טרעין'ס וואס לויפן אויף די בריזשעס מאכט טויב.