דאטן גראבן

פֿון װיקיפּעדיע
שפּרינג צו: נאַוויגאַציע, זוכן

דאַטן גראבן איז א ניי פעלד אין דעם געביט פון קאמפיוטער וויסנשאפט, אויך גערופן דערגיין וויסן אין דאטנבאזעס. מיט דאטן גראבן טוט מען אנטפלעקן נייע אינפארמאציע פון א גרויסער זאמלונג פון דאטן. דער ערשטער נוץ פון דאטן אין א דאטנבאזע אדער אן אנדער שפייכלערונג פון דאטן איז דער צוועק צוליב וואס מ'האט לכתחילה איינגעשפייכלערט די דאטן. שפעטער טוט מען ניצן די זעלבע דאטן צו דערגיין נייע אינפארמאציע. דאס ווערט גערופן "דאטן גראבן".

למשל, די פארוואלטערונג פון א קראם זאמלען דאטן וועגן אלע זייערע סחורות כדי צו וויסן ווען מען דארף איינקויפן נאך סחורה כדי עס זאל זיין גענוג פון יעדער סחורה צו פארקויפן. שפעטער ניצט מען די זעלבע דאטן צו דערגיין וואס די פארשידענע קונדן קויפן. די נייע אינפארמאציע קומט צו ניץ, אבער נישט דאס איז געווען דער צוועק פון איינשפייכלערן די דאטן.